יצחק אייזיק דער תלמיד פון ר' נחמן מברסלב

פֿון װיקיפּעדיע

ר' יצחק אייזיק איז געווען פון די גרויסע תלמידים פון דעם צדיק ר' נחמן מברסלב, ער איז געווען א גרויסע נשמה וואס האט געדינט השי"ת מיט לייב און לעבן, מיט איבערגעגעבענקייט און מיט גרויס מסירות נפש.

ער האט געוואונט אין דער שטאט טירהאוויצע און געווען קודם א תלמיד פון דער טירהאוויצער מגיד ר' יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא.

עס פארציילט דער טשעהרינער רב ר' נחמן מטשעהרין אז ר' נחמן מברסלב האט איינמאהל געמאכט א עליות נשמה, ער האט זיך אומגעקוקט וואס טוט זיך אין הימל, האט ער געזעהן ווי עס שטייט מענטשן און יעדער שטופט זיך, איינער זאגט צום צווייטן זאג עפעס רייד פון תורה, האט יענער געזאגט, ר' נחמן האט אים אויסגעהערט און עס איז אים זייער געפעלן יענע נשמה, האט ר' נחמן זיך נאכגעפרעגט ווי געפונט זיך די נשמה, האט מען אים געזאגט ער איז דארט און דארט, ער איז א תלמיד פון טירהאוויצער מגיד, האט ר' נחמן זיך משתדל געווען ער זאל קומן צו אהים.

די ספעציעלע הנהגה וויאזוי ער זאל זיך פירן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' יצחק אייזיק האט דאן געהאט פרנסה פון טוישן געלד, איינער האט אים געברענגט אזא סארט געלד און ער האט אים געגעבן א צווייטער סארט געלד. איינער האט געדארפט מאכן פון גרויסע געלד, קליינע מטבעות, צו פארקערט פון קליינע מטבעות גרויסע געלד און דאס געועון די ארבייט פון ר' יצחק אייזיק [אין יענע צייטן איז נאך נישט געווען קיין באנק], אבער ער איז געווען א פלאם פייער זיין דורשטיגע נשמה האט געגלוסט צו עבודת ה' נישט צו קיין גשמיות, ווען ער איז געקומען צו ר' נחמן האט אים ר' נחמן מער אנגעצינדען צו ליבשאפט און פארט פון גאט ברוך הוא, ר' נחמן האט אים דאן געהייסן פארשידענע הנהגות וויאזוי ער זאל זיך פירן כדי צו לעשן זיין דארשט צו עבודת ה', און וואס עס איז א ספעצילע תועלת פאר אים.

צווישן אנדערע האט ער אים געזאגט ער זאל נישט רעדן קיין איבריגע רייד צו קיינעם, נאר וואס ער מוז רעדן, אפילו צו זיינע שטובע מענטשן זאל ער נאר רעדן וויכטיגע זאכן, חוץ צו זיין רבי'ן דער טירהאוויצער מגיד מעג ער רעדן וואס ער וויל, ר' יצחק אייזיק האט זייער ליב באקומען ר' נחמן און האט אים געפאלגט, ער האט טאקע צו קיינעם נישט גערעדט נאר זייער וויכטיגע זאכן. ער האט זיך גענומען לערנען און דאווענען און עוסק זיין צו דינען גאט ברוך הוא, ער האט גארנישט עפעס אנדרש געטוהן נאר עבודת ה', זיינע שטוב מענטשן האבן נישט געוואוסט וואס צו טועהן מיט אים, זיי האבן געמיינט ער איז געוארן משוגע צודרייעט ער זיך נישט גארנישט פון דער וועלט, מען אים געהאלטן פאר א חסר דעה. ר' נחמן האט גשעפירט ביי זיך אין זלאטיפאלי אז עפעס גייט פאר מיט אים, ער האט האט מורא געהאט עס וועט אים שאדן די רדיפות, האט זיך ר' נחמן ארויס געלאזט אויפן וועג צו אים. אריין קומעדיגע און הויז האט דער שווער פון ר' יצחק אייזיק געמערקט אז ר' נחמן דער גרויסער רבי קומט אהן, האט ער אים אויפגענומען ווי עס פאסט פאר אזא גרויסער גאסט, און ר' נחמן האט זיך אריין געלאזט אין א לאנגען שמועס מיט זיין שווער און אים אויך געפרעגט איבער זיין איידעם, האט אים דער שווער דערציילט אז גאנץ לעצטענעס איז ער ממש געווארן משוגע, ער רעדט צו קיינעם נישט ער דאווענעט און לערענט און נישט מער, און דעריבער רודפט'ט ער אים, האט אים ר' נחמן געפרעגט זאג וואס האסטו קעגן דיין איידעם, ער פיהרט זיך אויף איידל און פיין, ער רעדט נישט מיט אייך ? וואס איז דאס ? איז ער מחויב דאס צו טועהן ? ווייל ער פירט זיך נישט וויאזוי איהר ווילט ? ר' נחמן האט אים געפרעגט מיט א משל זאג מיר ווען א גוי זאל זעהן אינדערפרי ווי די וויקלסט זיך איין מיט ווייסער בגד פון וואל (א טלית), און וויקעלסט ארום דיין פלייש לעדער פון א בהמה מיט שווארצע באקסוס (תפלין) וועט ער דיך האלטן פאר א נארמאלן מענטש, ער וועג זאגן די ביסט בלויז משוגע, טא וואס פארדרייסטו דעם קאפ דיין איידעם לאז אים זיך פירן וויאזוי ער פארשטייט און עבודת ה'. דער שווער האט דאס אנגענומען און זיך אפגעלאזט פון אים.

דערנאך האט ר' נחמן באזוכט זיין תלמיד ר' יצחק אייזיק און אים געשטארקט און עבודת ה' מיט גוטע זיסע געשמאקע רייד.


זיין הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יענע יאהר פאר פסח איז ר' יצחק אייזיק געקומען צו פאהרן צו זיין רבי ר' נחמן, אויפן וועג אין א קרעטשמע האט זיך אים גע'חלומ'ט א חלום ווי ער הערט זייער א וואונדערליכע תורה פון זיין רבי, ר' יצחק אייזיק איז אויפגעשטאנען און מיט גלוסטעניש און מיט איין אטעם איז ער געלאפן צו ר' נחמן, פון גרויס ליבשאפט און נאנטעקייט איז ער צוזאמען געפאלן און געווארן קראנק, ער איז שוין פארבליבן נעבן זיי רבי, ר' נחמן האט אים אמאל געגעבן צו עסן זופ מיט א לעפעל און געזאגט: איך האב היינט באדינט א אמת'ן תלמיד חכם, א שטיק צייט דערויף איז ר' יצחק אייזיק נסתלק געווארן.