יעקב פערלאוו (פאראייניגטע שטאטן)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב יעקב פערלאוו
Yaakov Perlow
הרב שטיינמן הרב וואזנר נובומינסק הרב פוברסקי.jpg
הרב פערלאוו (אינמיטן); ארום אים (פון רעכטס אויף לינקס): הרב בערל פאווארסקי, הרב אהרן יהודה לייב שטיינמאן און הרב שמואל הלוי וואזנער
געבורט 16 נאוועמבער 1930
כ״א מרחשון תרצ״א
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 אפריל 2020 (אלט 89)
י״ג ניסן תש״ף
בארא פארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כינוי נאוואמינסקער רבי
מדינה Flag of the United States.svg פאַראייניקטע שטאַטן
באלאנג חסידים
חיבורים עדת יעקב
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

רבי יעקב פּערלאָוו ( כ"א מרחשון ה'תרצ"א, 1930 - י"ג ניסן ה'תש"ף, 7טן אפריל 2020) איז געווען דער נאוואמינסקער רבי און א ראש ישיבה אין ניו יארק. ער האָט געדינט ווי פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אַמעריקע (ענ') און פארזיצער פון איר מועצת גדולי התורה.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין די פארייניקטע שטאטן צו ביילא רחמה, די טאכטער פון רבי יצחק זעליג מארגאנשטערן, דער סאקאלאווער רבי, און צו רבי נחום מרדכי פּערלאוו, דער נאוואמינסקער רבי אין ניו יארק. מען האט אים געגעבן א נאמען נאָך זײן עלטער־זיידע, הרב יעקב פּערלאָוו (תר"ז, 1847 – תרס"ב, 1902), גרינדער פון דעם נאָוואָמינסקער הויף.

ער האט געלערנט אין דער רבי חיים בערלין ישיבה און איז געווען א נאענטער תלמיד פון דעם הרב יצחק הוטנער. אין דער זעלבער צייט ער געענדיקט אלגעמיינע שטודיעס אין ברוקלין קאָלעדזש.

ער האט חתונה געהאט מיט יהודית, די טאכטער פון הרב אברהם אייכנשטיין, זידיטשויווער רבי אין שיקאגא, און זיין ווייב שאַרצא, די טאכטער פונעם קאסאנער רבי, הרב פנחס שלום ראטנבערג. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין גור אריה כולל (ענ'), דער יונגעלייט בית מדרש אין רבי חיים בערלין. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן לערנען אין בית המדרש לתורה "Hebrew Theological College" (ענ') אין סקאָקי, אילינוי . אין די אנהייב 1970ער יארן האט הרב שמעון שוואַב אים באַשטימט א ראש ישיבה אין דער ישורון ישיבה אין וואשינגטאן הייטס, מאנהעטן, די ישיבה פון קהל עדת ישורון (ענ') (רב ברויער׳ס קהילה), וואו ער איז געבליבן 11 יאָר.

נאָך זיין פֿאָטער׳ס פטירה אין 1976, האָט ער אָנגעהויבן פֿירן די רעביסטעווע. ער האט אויפגעשטעלט א שול ווי דער צענטער פוןנעם נאָוואָמינסקער חסידות און די "קול יהודה" ישיבה אין בארא פארק, ברוקלין, ניו יאָרק. ביסלעכווייז האָט ער איבערגעלאָזט זיינע טעטיקייטן אין דער ישיבה פון הרב ברויער און שפּעטער האט ער רעזיגנירט און האט זיך פאָקוסירט אויף זיין אייגענער ישיבה.

הרב פּערלאָוו איז געווען פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אַמעריקע און האָט געפירט די מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אין די פארייניקטע שטאטן. ער האָט מחבר געווען דעם ספר "עדת יעקב" (ירושלים תשמ"ב-תשס"ח) אויף ש״ס.