יעקב ספיר
אויסזען
| געבורט |
1822 אָשמענע/Oshmene, בעלארוס |
|---|---|
| טויט |
19 יוני 1885 (אלט 63 בערך) ירושלים, אטאמאנישע אימפעריע |
| קבורה ארט |
יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
הרב יעקב ספּיר הלוי (1822 אין ליטע - 1885 אין ירושלים) איז געווען א רייזנדער אין די מזרח-לענדער.
לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון 10 יאָר איז ער געקומען מיט זיין פאָטער, א נאכפאלגער פון דעם גר"א, קיין ארץ-ישראל. אין 1858 איז ער געפאָרן אַלס שד"ר (דעלעגאַט צו זאמלען געלט „שליחא דרבנן”) אין ווייטע מזרח-לענדער פאַר ארץ-ישראל-יידן. ער האָט דורכגערייזט גאַנץ עגיפּטן, תימן, אינדיע, כינע און אויסטראליע, און אומעטום, וואו ער איז געקומען, האָט ער אויסגעפאָרשט דאָס יידישע לעבן, די מגהגים, דעם יידישן פאָלקלאָר, און דאָס אַלץ באַשריבן אין זיין בוך „אבן ספּיר” אין 2 בענדער געדרוקט דורך דער „מקיצי נרדמים”.
ווערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קוואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „ספיר, יעקב” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949) פון שמחה פיעטרושקא, וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.