לדלג לתוכן

ייִדן אין טײַוואַן

פֿון װיקיפּעדיע
סוכּה אין טאיפעי אין 2011

די יידן וווינען אין טייוואן זינט דעם מיטן 20סטן יארהונדערט. היינט זענען עס דא צוויי שולן. די טייוואנישע יידן רעדן ענגליש, כינעזיש און העברעאיש.

געשיכטע פון דער קהילה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די געשיכטע פון די יידן אין טייוואן גייט צוריק צום מיטן 20סטן יארהונדערט. כּמעט אלע ייִדישע אימיגראַנטן זענען געקומען קיין טייוואַן פֿאַר געשעפֿטלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע געלעגנהייטן.

די יידישע קהילה פון טײַוואן (Taiwan Jewish Community אדער קורץ TJC) איז א וועלטלעכע יידישע קהילה אין טאיפעי. אין די 1950ער יארן פלעגן  זיך יידן אין טייפעי פארברענגען אין דער אמעריקאנער מיליטערישער קאַפּליצע. די אפליקאציע פאר די רעגיסטרירונג פון דעם עקסטרע יידישן צענטער איז באשטעטיקט געווארן אין 1978.[1] אין 1975 איז רבי אפרים איינהאָרן געקומען קיין טײַוואן און איז געווען דער איינציקער רבי דארטן פאר א סך יארן.  אין 2021 איז רבי איינהארן געשטארבן.[2]

די יידישע קהילה-צענטער פון דזשעפרי שווארץ איז אפיציעל געעפנט געווארן אין טאיפעי אין 2021. דער צענטער האט א שול, א מקווה, א כשרע קיך, א באל-זאל, א קלאסצימער, א ביבליאטעק און א מוזיי פון דער יידישער קונסט ,וואס אנטהאלט איבער 400 ווערק. דער צענטער איז געווען פינאנצירט און געבויט דורך די JTCA, אן ארגאניזאציע פון דזשעפרי שווארץ און זיין פארשטארבענע פרוי נאַ טאַנג. שווארץ איז א געשעפֿטמאַן, וואס איז געבוירען געווארן אין אמעריקע אין וווינט זינט 1972 אין טייוואן. און נא טאנג איז געווען א באוווסטע טייוואנישע ארטיסטקע.[3]

אין זומער 2011 רבי שלמה טאביב און רביצין רחלי טאביב זענען געקומען קיין טייוואן צו גרינדען חב"ד טייוואן.

אין 2026 האָט מען פֿאַרלייגט דעם ערשטן יידישן בית־עולם.[4]

  1. ↑ https://stljewishlight.org/news/news-local/former-st-louis-synagogue- bnai-el-helped-jews-establish-community-in-taiwan/
  2. ↑ https://www.jta.org/2021/09/15/obituaries/ephraim-einhorn-longtime-taiwan-rabbi-with-history-of-international-intrigue-dies-at-103
  3. ↑ https://caprifoundation.org/jeffrey-d-schwartz/
  4. ↑ https://forward.com/yiddish/837755/tidbits-taiwan-opens-its-first-jewish-cemetery/