לדלג לתוכן

יואל כהן

פֿון װיקיפּעדיע
ר' יואל כהן צום לינקס, צוזאמען מיט ר' ישראל פרידמאן - ראש ישיבה פון אהלי תורה.

רבי יואל כהן (ט"ז שבט ה'תר"ץ - ו' אב ה'תשפ"א) איז געווען דער חוזר ראשי פונעם ליובאוויטשער רבי׳ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, וואס האט איבערגעזאגט זיינע תורות פארן עולם. דערנאך איז ער געווארן דער הויפט משפיע אין דער ישיבה אין 770 איסטערן פארקוויי.