יהושע פערלע

פֿון װיקיפּעדיע
יהושע פערלע
געבורט 1888
ראדעם, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1944 (אלט 56 בערך)
אוישוויץ, אשפעצין, נאצי דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך איבערזעצער, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יהושע פּערלע (1888, ראדעם - אָנהײב נאָװעמבער 1943 אָדער 1944, בירקענוי), איז געװען אַ פּראָדוקטיװער מחבר און איבערזעצער אױף ייִדיש.

לעבן און װערק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קינדער־יאָרן און יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פּערלע איז געבױרן אין 1888 אין ראָדעם אין פּױלן, אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שװעסטער. דער טאַטע איז געװען אַ פּשוטער הײהענדלער. ביז צו זײַן צװעלפֿטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אױף רוסיש, װאָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טױט פֿון טעאָדאָר הערצל[1].

אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצױגן קײן װאַרשע, װוּ געאַרבעט װי אַ חשבון־פֿירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהױבן צו שרײַבן אונטער דער השפּעה פֿון י.ל.פּרץ און נח פּרילוצקי, װאָס האָט געפֿירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפֿן פּערלע אַרױסגעבן זײַן ערשטע דערצײלונג, װאָס ער האָט צו ערשט געשריבן אױף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אױף ייִדיש. אין יענער צײַט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט װעמען ער האָט שפּעטער חתונה. זײער זון לאָלעק װערט געבױרן אין 1919[2]. פֿון 1908 אָן האָט פּערלע געשריבן בלױז אױף ייִדיש.

פּערלעס ליטעראַרישע שאַפֿונגען ביז צו דער צװײטער װעלט־מלחמה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פּערלע איז געװען אַ פּראָדוקטיװער שרײַבער; ער האָט אַרױסגעגעבן דערצײלונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסײען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטשריפֿטן אין פּױלן.

אין אָנהײב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אױפֿן שטײגער פֿון שלום אַש. אין יענער תּקופֿה האָט ער געשריבן די דערצײלונג "שבת", װאָס איז אַרױס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גײַסט" (1908). שפּעטער האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ראָמאַן "מירל" (1920), געװידמעט זײַן פֿרױ שׂרהן. די פּאָעמע אין פּראָזע "אין לאַנד פֿון דער װײַסל" (1921) און די דערצײלונגען־זאַמלונג "זינד" (1923) געהערן צו פּערלעס ליריש־ראָמאַנטישן פּעריאָד[3].

אונטער דער השפּעה פֿון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פֿון יצחק מאיר װײַסענבערג האָט פּערלע ביסלעכװײַז אַנטװיקלט אַ מער פּאַרזענלעכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע װערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגלעכע לעבן פֿונעם פּױליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פֿון װעלכן ער אַלײן געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט װי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פֿון דער ספֿערע פֿונעם באַנקװעזן, אַ נאָװענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָװעלע "נײַן אַ זײגער אין דער פֿרי" (1923), שפּעטער אַרױסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)[4].

אין 1926 האָט זײַן פֿרױ זיך גענומען דאָס לעבן און פּערלע האָט אָנגעהױבן שרײַבן אַ סך סענסאַציאָנעלע דערצײלונגען (שונד־ראָמאַנען)[5] פֿאַר "דער מאָמענט", װאָס ער פֿלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אײגענעם נאָמען נאָר מיט דרײַ שטערנדלעך (***).

פּערלעס חשובסטע שאַפֿונג איז דער אױטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" (1935), פֿאַר װעלכן ער האָט באַקומען ליטעראַרישע פּרײַזן. "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" איז דער ערשטער טײל פֿון אַ טרילאָגיע. אינעם צװײטן טײל "די גילדענע פּאַװע: ראמאן אין צוויי טיילן" (1939-1937) האָט ער זיך אומדערװאַרטערהײט צוריקגעקערט צום סענסאַציאָנעלן סטיל פֿון שונד; פֿונעם דריטן טײל "גילגולים" (1939) געפֿינט זיך דער אײנציקער עקזעמפּלאַר אין דער פּױלישער נאַציאָנאַל־ביבליאָטעק נאָר עס איז נעלם געװאָרן דער סוף[6].

די מלחמה־שריפֿטן[7][8][רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז פּערלע מיט זײַן זון און שנור אַנטלאָפֿן פֿון װאַרשע קײן לעמבערג, װוּ עס איז געװען אַ גרעסערע גרופּע פֿון ייִדישע שרײַבער. דאָרטן האָט ער פֿאַרברענגט אַ רויִקע צײַט אַפֿילו אױב ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן אױף פּראָבלעמען מיט דער סאָװעטן־מאַכט צוליב זײַנע בונדיסטישע שריפֿטן. װען די נאַציס זענען באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז פּערלע צוריק קײן װאַרשע, װוּ ער האָט זיך באַטײליקט אין װאַרשעװער געטאָ אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפֿטשטעלערישע טעטיקײטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זײַדמאַן, יצחק קאַצענעלסאָן אד"גל. עמנואל רינגעלבלום האָט אים אַרײַנגעצױגן צו שרײַבן פֿאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיװ, "עונג־שבת"[9].

אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן װאַרשע"[10], אַ טאָגבוך און אַ כראָניק װאָס שילדערט די גרױזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרױסן גירוש אין זומער פֿונעם זעלביקן יאָר, װען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פֿאַרשיקט 260000 אײַנװױנער פֿון געטאָ קײן טרעבלינקע. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די װיכטיקסטע עדותשאַפֿטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"[11] איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפֿטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פֿאַררופֿט זיך אױף די נומערן װאָס די אײַנװױנער אין װאַרשעװער געטאָ האָבן באַדאַרפֿט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (װאַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געװען דער אײנציק מעגלעכער מיטל אױסצומײַדן די באַלדיקע פֿאַרשיקונג. פּערלע און זײַן זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פֿון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַרישער זײַט פֿון װאַרשע מיט פֿאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זײ געהאַט אַ לעצטע האָפֿענונג צו אַנטלױפֿן פֿון פּױלן (האָטעל פּאָלסקי אַפֿערע)[12], אָבער פֿאָטער און זון זענען פֿאַרשיקט און אומגעבראַכט געװאָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).

אַחוץ "חורבן װאַרשע", "4580" און "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס װערק ביז אױפֿן הײַנטיקן טאָג קױם געפֿאָרשט.

ביבליאָגראַפֿיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אונטער דער זון, װאַרשע: ברידער לעװין עפּשטײן און שותּפֿים, 1920
  • אין לאַנד פֿון דער װײַסל, װאַרשע: די צײַט, 1922
  • זינד: נאָװעלן, װאַרשע: אַלט-יונג, 1923
  • נײַן אַ זײגער אין דער פֿרי: נאָװעלן, װילנע: קלעצקין, 1930
  • די גילדענע פּאַװע: ראָמאַן אין צװײ טײלן, טײל 1, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 (WorldCat)
  • גילגולים, װאַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939

פֿוסנאָטעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Perle, Yehoshue: Everyday Jews: Scenes from a vanished life. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII
  2. Perle 2007: p. IX
  3. Perle 2007: p. X
  4. Perle 2007: footnote 9
  5. שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354
  6. Perle 2007: p. XIV & footnote 24
  7. דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114
  8. צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149
  9. Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007
  10. Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112
  11. Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454
  12. דער האָטעל פּאָלסקי אַפֿערע: האָטעל פּאָלסקי איז געװען אַ האָטעל אין װאַרשע, װאָס די נאַציס האָבן באַניצט װי אַן אינטערנירונגס־אָרט פֿאַר װאַרשעװער ייִדן. אָט די (רײַכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קױפֿן אױסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זײ וואָלטן געקענט פֿאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פֿון די ייִדן רופֿט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפֿערע.