יהודה מודרן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יהודה מודרן (אדער מודרען) זצ"ל (ח' טבת ה'תק"ף - ד' חשון ה'תרנ"ד) פון די גרויסע גאונים אין מתמידים אין זיין דור, פארפאסער פון די ספרים פרי העץ און זכרון שמואל.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהודה איז געבוירן ח' טבת ה'תק"ף אין פרעשבורג (היינט בראטיסלאווא, סלאוואקיי) צו זיין פאטער הרב ישעיהו[1], פון די אנגעזעהנע יידן פון פרעשבורג. און צו זיין מוטער מרת ביילא. זיין פאמיליע זענען אפשטאמיגע פין רבי נפתלי הכהן כ"ץ פארפאסער פין ספר "סמיכות חכמים", וואס איז געווען אן אייניקל פון רבי יהודה ליוואי דער מהר"ל פון פראג.

זיין יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זייענדיג אן עילוי און א מתמיד שוין אלס קליין קינד, איז ער אריינגענומען געווארן אין ישיבה פין רבי משה סופר ביי די ניין (9) יאר, און איז געווען זיין יונגסטער תלמיד. ער האט געלערנט ביי רבי משה סופר 10 יאר ביז ה'תקצ"ז.

רבי יהודה מודרן איז געפארן צו רבי משה טייטלבוים דער ישמח משה, אין רב אין אוהעל, און איז דארט צוגעצויגן געווארן צו חסידות. ער איז אויך געפארן צו רבי ישראל פרידמאן דער רבי פין רוזשין, רבי שלום רוקח דער רבי פון בעלזא, רבי מנחם מענדיל האגער דער רבי פון וויזשניץ, און איז געווען א חסיד פין רבי חיים האלבערשטאם דער רבי פון צאנז.

רבי יהודה האט האט חתונה געהאט אין סיגעט אין האט זיך דארט באזעצט.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהודה האט אלע זיינע יארן עוסק געווען בתורה; און טראץ דעם וואס ער איז נישט געווען א רב און האט נישט געוואלט קיין שום שטעלע, איז ער געווען באקאנט פאר א גרויסן גאון, און פון די גרעסטע חריפים און מתמידים אין זיין דור. אסאך רבנים פון דור האבן זיך געווענדעט צו אים פאר זיין מיינונג אין הלכה, צווישן זיי רבי מנחם מענדל פאנעטה דער רבי פון דעש, רבי נפתלי שווארטץ רב פון מאד, רבי נפתלי סופר רב פין פשעטניי-דארף, און רבי שלמן זלמן עהרענרייך רב אין שאמלוי.

ער האט אויך געהאט א קליינע ישיבה מיט עילוי'ישער בחורים וואס האבן געקענט מיטהאלטן מיט זיין שנעלן און טיפן מוח. איינער פין זיינע באקאנטע תלמידים איז רבי שלמה לייב טאבאק, פארפאסער פון ספר ערך ש"י, וואס איז שפעטער געווארען ראב"ד אין סיגעט; רבי חזקיהו פייבול ווייס הי"ד רב אין איפלאשאג; אויך רבי נפתלי שווארטץ, רב פון מאד אין פארפאסער ספר "בית נפתלי", שרייבט "והרבה למדתי ממנו".

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יהודה איז נפטר געווארען ד' חשון ה'תרנ"ד, אין ליגט אין די 'כהנא' אוהל אין סיגעט.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מיט דער פארמיטלונג פון זיין רבין דער ישמח משה האט רבי יהודה געהייראט אין יאר ה'תקצ"ח מרת חיה ראכיל א טאכטער פון הרב שמואל זאנוויל כהנא, אן איידעם פון הרב יהודה כהנא, רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער "קונטרס הספיקות". זייערע קינדער, פיער זון, און פינף טעכטער:

  • ר' קלמן מודרן, ער האט געהייראט מרת רייזל יאקאבוויטש.
  • ר' ישעיה מרדכי מודרן, ער האט געהייראט מרת שפרה פעסטינגער.
  • מרת פייגא אלטע, די ווייב פון ר' משה לייב הכהן קאהן.
  • מרת רייזל, די ווייב פון ר' שמואל זנוויל הכהן כהנא.
  • מרת פעריל, (אפשר) די ווייב פון ר' יצחק אייזיק מאשקאוויטש.
  • מרת טשארנא, די ווייב פון ר' חיים הכהן כהנא.
  • מרת אסתר, די ווייב פון ר' משה פנחס הכהן קאנער.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • פרי העץ - עה"ת
  • זכרון שמואל - מס' גיטין
  • הגהות אויף ספר תרומת הכרי
  • שו"ת - נישט געדריקט.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. זעה הקדמה פון זכרון שמואל, בגי' אבי מורי ישעיהו
  • ספר פרי העץ געדריקט אין ברוקלין ה'תשס"ט. כמעט אלע זאכען וואס שטייט דארט איז צוגעצייכענט פון פריערדיגע מקורות.