צעטיילונג
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון חילוק)
צעטיילונג אדער חילוק איז איינע פון די גרונט רעכענונגען פון אריטמעטיק. זי איז די פארקערטע אפעראציע פון טאפלונג.
דעפיניציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דעם פעלד פון ראציאנאלן, רעאלן אדער קאמפלעקסע צאלן: פאר יעדער צאל און יעדער נישט נול צאל , געפינט זיך גענוי איין צאל וואס לייזט די גלייכונג
- (וואס מען ליינט „b מאל x באטרעפט a“ ).
אין דעם פאל זאגט מען אז איז די צאל וואס מען באקומט ווען ווערט צעטיילט דורך . אין סימבאלן:
- (וואס מען ליינט „ a צעטיילט דורך b באטרעפט x“ ).
מען שרייבט אויך
צעטיילן דורך 0 איז נישט מעגלעך.