לדלג לתוכן

חיים מאלינאוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
חיים מאלינאוויץ
געבורט 1952 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 נאוועמבער 2019 (אלט 67 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב חיים זאב מאלינאוויץ ( 1952 - 21סטן נאוועמבער 2019) איז געווען א חרדישער קהילה רב, דיין און א תלמיד חכם. ער איז געווען בקי אין גאנץ ש״ס, הלכה און השקפה, און איז געווען דער אַלגעמיינער רעדאַקטאָר פֿונעם 73־שאָטנשטיין ש״ס (73 בענדער) אַרויסגעגעבן דורך אַרטסקראָל. נאָך דעם וואָס ער האָט אימיגרירט קיין ישׂראל, איז ער געוואָרן רב פֿון בית תפילה יונה אַברהם, אַן ענגליש־רעדנדיקע קהילה פֿאַר ישׂראלדיקע אימיגראַנטן אין רמת בית שמש, וואָס ער האָט געפֿירט במשך 17 יאָר.

יונגע יארן און חינוך

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חיים זאב מאַלינאוויץ איז געבוירן אין 1952 אין די לאוער איסט סייד פון ניו יארק סיטי.[1] זיין טאטע, רבי אברהם אהרן מאלינאוויץ, איז געווען א תלמיד פון רבי אהרן קאָטלער אין קלעצק, פוילן (פֿריער ליטע, היינט בעלארוס).[1] מאַלינאָוויץ איז געווען אַן עילויאישער תלמיד אין דער רבי יעקב־יוסף שולע. נאָך ווערן בר־מצוה, איז ער געווען אנגענומען אין דער ישיבה פֿון פֿילאַדעלפֿיע, וואוּ, כאָטש איז ער געווען יונגער ווי די אַנדערע תלמידים, האָט איבערגעגעהיפט צוויי כיתות און האט אנגעהויבן לערנען אין בית־מדרש אונטער רבי מענדל קאַפלאַן.[1] צוליב זיין פאַרלאַנג צו האָבן מער צייַט פֿאַר לערנען האט ער אָנגעהויבן אויפשטיין 4ער אינדערפֿרי און דאוונען וותיקין, אַ מנהג וואָס איז געבליבן ביי אים זיין גאנצע לעבן.[1]

מאַלינאוויץ האָט חתונה געהאַט מיט סימי מאַזאַ, טאָכטער פון הרב דוב־בער מאַזאַ, אין 1976.[1] די פּאָר האבן געהאט זעקס זין און פֿיר טעכטער.[1] נאָכן עולה זיין קיין ארץ ישראל, האבן זיי געוואוינט אין ירושלים.[1]

מאלינאוויץ איז נפֿטר געווארן אין ירושלים דעם 21סטן נאוועמבער 2019, אין עלטער פון 67 יאר.[2] ער איז באגראבן אינעם רחובות בית עולם לעבן זיינע עלטערן.[3]

  1. 1 2 3 4 5 6 7 Guttentag, Gedalia (December 18, 2019), "Larger Than Life", Mishpacha
  2. ↑ BD'E – Harav Chaim Zev Malinowitz, zt"l. Hamodia (‏November 21, 2019).
  3. ↑ "Rabbi Chaim Malinowitz, Artscroll Editor And Rav, 67", The Jewish Press (December 5, 2019).