חיים אברהם דובער לעווין (מלאך)
הרב חיים אברהם דובער לעווין, גערופן דורך זיינע פֿארערער און באקאנטע ״דער מלאך״, איז געווען א רב פון אייראפע וואס האט געזאנדערט קיין אמעריקא און ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אינעם ביהמ״ד נוסח האר״י אין דער בראנקס.
ער האט געהאט צוגעצויגן צו זיך א גרופע בחורים פון תורה ודעת, אריגינאל איז דאס צושטאנד געקומען דורכן אינטערווענץ פון ר׳ שרגא פייוול מענדלאוויטש מנהל הישיבה, אבער שפעטער צוליב פארשידענע שטרייטן האבן זיי זיך געטיילט, און ער האט געעפֿנט אן אייגענעם ביהמ״ד און ישיבה אויף הויז סט. מיטן נאמען ביהמ״ד נתיבות עולם אויפן נאמען פונעם ספר פונעם מהר"ל פון פראג, אונטער דער אנפירערשאפט פון ר יעקב שארר, און די גרופע איז געבליבן באקאנט מיטן נאמען די מלאכים.
ער איז געקומען לקבורה אין דער חלקה פון דער קהלה וואס איז אינערהאלב דעם ריווערסייד ביה״ח אין סעדל ברוק, ניי דזשערסי.