לדלג לתוכן

חומת הדת

פֿון װיקיפּעדיע

חומת הדת איז א קנאי'שע האטליין וואס איז געפענט געווארן אין יאר תשעב [בערך] דורך ר' יעקב דוב כהן [המכונה: יענקלע כהן] פון מאנסי מיטן מטרה צו שטיין אויף די פירצת בחומת הדת צום ביישפיל: סוכני שינוי, מאדערנע הדרכה בחיי הנישואין, גזירת על הדת בארץ ישראל, פארשרייען די פשרות פון אגודת ישראל, מאדערנע ליין מאטריאל, משכיל'ישע חיבורים, כשרות המאכלים.

עס איז געעפענט געווארן מיטן ציל צו זיין אומאפהעניג פון סיי וואספארא ארגענעזאציע אדער פארטיי, און צו פארטרעטן די גאנצע יהדות החרדית בארץ ובגולה, וואס גייען מיט שיטת סאטמאר-עדה החרדית בנוגע ציונות, אבער מיט די מיט די יארן [תשע"ו-ז] ביי די פרשה פון פון גזירת הגיוס אין ארץ ישראל האט עס שטארק אויסגעטראטן אנטקעגן סאטמאר ק"י וויבאלד זיי האבן נישט גענומען אזא שארפע קעגנערשאפט צו די גזירה, דאס האט געמאכט אז די אנהענגער פון ר' אהרן טייטלבוים זאלן אוועקגיין פון די האטליין.

אין יאר תשע"ט האט די מערכת ארויסגעטראטן אנטקעגן די קהילה פון סאטמאר וויליאמסבורג מיטן טענה אז די עסקנים פון די קהילה אינאיינעם מיט די אגודת ישראל-עסקנים גייען מיט א מהלך פון קאלאבארירונג מיט די רעגירונג ביי די גזירת החינוך אין ניו יארק, אין די צייט וואס על פי תורה, דארף מען צוגיין צו אזא גזירה פשרה'לאז. דאן איז סאטמאר וויליאמסבורג רבי ארויסגעקומען שארף אנטקעגן די האטליין, בשעת א הספד אויף שאפראנער רב.[1] און אין אנדערע געלעגענהייטן האט ער זיך פארענפערט, אז די סקאנדאל אויף קאלאבעראציע איז נישט אמת, און ער איז נישט גרייט אויף פשרות, און ער גייט נישט משנה זיין קיין זוז כל שהיא מדרך התורה והמסורה.

תשרי תשפ"א איז פארגעקומען א געלט קאמפיין [הצלת הדת] מיטן מטרה, צו קענען ווייטער פינאנצירן די קאסטן פון אזא האטליין, עס איז ארויסגעקומען א בריעוו פון 10 רבנים צו מחזק זיין די עסקנים, און געשריבען אז עס איז א מצווה צו שטיצען אזא וויכטגע האטליין[2]. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די חתומה פון אראדער רב איז נישט אמת[3].

רעדנער: ר' אשר מרדכי רובין, ר' אפרים צבי שמילאוויטש, ר' ישעי ווייס, ר' חיים שלום לעפקאוויטש, ר' יצחק אלחנן אלדאדאג פון לאנדאן, ר' שמעון (בן ר' חיים) פלאהר

די האטליין האט מערערע אפטיילונגען

  1. נייעס אפטיילונגען
  2. צו ווערן פארבינדען מיט אנדערע תורה ליניעס צב"ש: קול דודי, כה תאמר, קול אורחות חיים
  3. קול מלחמה לה' בעמלק, אלע אפטיילונגען על משמר הדת באמונה בארץ הקודש
  4. קול השופט, צו באפעסטיגן און צו באהיטן די יהדות החרדית
  5. קול ישראל סבא
  6. פילע אינטערוויוס און שמועסן
  7. וועכענטליכע דרשות און שיעורים
  8. קול רבינו הקדוש [מסאטמאר]

די נמבערס פון קול חומת הדת איז:

  • 0765982050
  • 0765989999
  • 0722242300
  • 023721211
  • 845-363-8800
  • 732-719-5566
  • 718-362-8800
  • 845-351-0077 0795742014
  • -1 7183628800#
  1. https://ahblicklive.com/post.php?u_id=XV5vm0KKXofXP1lJ7im
  2. https://drive.google.com/file/d/1iR8oLA2Gjp8qiNoqeRhxGh_Q62AjkrZB/view?usp=sharing
  3. https://drive.google.com/file/d/1zgu902jiB4vLbs9yZ3E57iDE-8-HRQJT/view?usp=sharing