לדלג לתוכן

ישיבת חברון

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון חברונער ישיבה)

די חברונער ישיבה איז אן אפצווייג פון דער סלאבאדקער ישיבה כנסת ישראל אין דער ליטא.

און יאר תרפ״ד האט דער אלטער פון סלאבאדקא ר׳ נתן צבי פינקל באשלאסן אוועקצושטעלן א טייל פון דער ישיבה און ארץ ישראל אונטער דער אנפירערשאפט פון זיין איידעם הרב משה מרדכי עפשטיין א תלמיד פון וואלאזשינער ישיבה.

אלס פלאץ פאר דער ישיבה האט ער אויסגעוועלט חברון כדי עס זאל זיין ארויס פון שטאט, און גלייכצייטיג נישט ווערן נשפע פון די פרייע ווינטן.

שפעטער נאך די תרפ"ט ראיאטן ווען עס זענען אומגעקומען עטליכע פון די תלמידי הישיבה האבן זיי זיך אוועק געצויגן פון דארטן און ארום געוואנדערט אויף עטליכע ערטער.

היינט געפונט זיך די ישיבה אין גבעת מרדכי, ירושלים, און איז פאררעכנט אלס איינס פון די אויסדערוועלטע ישיבות וואס גייען אן אויפן אריגינאלן ליטווישן ישיבה שטייגער.

תלמידים פון דער ישיבה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]