זשעק אבראמאף

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון זשעק אַבראַמאָף)
זשעק אבראמאף
Jack Abramoff
געבורט 28 פעברואר 1959 (אלט 65)
אטלאנטיק סיטי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
abramoff.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
זעשק אבראמאף

זשעק אבראמאף ( געבוירן דעם 28סטן פעברואר, 1959 ) איז א אידישער ארטאדאקסישער געוועזענר לאביאיסט אין וואַשינגטאָן און ביזנעסמאן, וואס איז געווארן אנגעקלאגט אין קארופּציע אין 2006.

זיין סוקסעס אין לאביאירן איז געקומן מיטן פלוצלינגען אויפשטייג פון קאנסערוועטיוו רעפּובליקאנע פאליטיקער וואס האבן איבערגענומן אלע דריי הייזער פון מאכט אין וואשינגטאן; דער סענאט, קאנגרעס און דעם ווייסן הויז. זייענדיג א טיף רעליגיעזער מענטש, האט ער אויסגענוצט זיין פרומקייט צו מאכן פארבינדונגען מיט דער קריסטליכער רעפובליקאנער נייע פאליטיקער. און די ביזנעס וועלט האט געזען אז ער האט די פארבינדונגען האבן זיי אנגעהויבן צו האנדלען און באאיינפלוסן וואשינגטאן לטובת זייערע אינטערעסן דורך אים צאלן.

ער זאגט אז ביי די דרייצן יאר האט ער אנגעהויבן היטן די תורה, פון זיך אליינס.