ווער האט אינקרימינירט ראדזשער ראביט
ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט Who Framed Roger Rabbit | |
![]() | |
---|---|
באזירט אויף | "ווער האָט צענזורירט ראָדזשער ראַביט?" פֿון גערי קיי. וואָלף |
רעזשיסאר | ראָבערט זעמעקיס |
פראדוצירער | פֿרענק מאַרשאַל ראָבערט וואטס |
סצענארשרייבער | דזשעפֿרי פּרײַס פּיטער ס. סימען |
אקטיארן | באָב האָסקינס קריסטאָפֿער לויד סטאַבי קיי דזשאָאַנאַ קעסידי |
שטימע אקטיארן | טשאַרלס פֿלײַשער קאַטלין טערנער לו הירש דייוויד לענדער פֿרעד ניומען דזשון פֿאָריי |
מוזיק | אַלאַן סילוועסטרי |
רעדאקטירונג | אַרטור שמידט |
סטודיא | אַמבלין ענטערטיינמענט וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס סילווער סקרין פילמען III טאַטשסטאָן פֿילמען |
פארשפרייטער | בוענאַ וויסטאַ פֿילמען |
פארשפרייט | 22סטן יוני 1988 |
לענג | 104 מינוטן |
לאנד | פֿאַראײניקטע שטאַטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $70 מיליאָן |
הכנסות | $329,803,958 |
ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט (ענגליש: Who Framed Roger Rabbit) איז אַן אַמעריקאַנישער פֿאַנטאַזיע-קאָמעדיע-נאָאַר פֿילם פֿון 1988. די געשיכטע פּאַסירט אין לאָס אַנדזשעלעס אינעם יאָר 1947. דער פֿילם איז באַזירט אויפֿן ראָמאַן "ווער האָט צענזורירט ראָדזשער ראַביט?" פֿון גערי קיי. וואָלף. ער איז רעזשיסירט געוואָרן דורך ראָבערט זעמעקיס און באַפֿרײַט געוואָרן דורך טאַטשסטאָן פֿילמען. דער פֿילם נוצט אַנימאַציע צוזאַמען מיט פֿילמירטע אַקטיאָרן, און באַווײַזט דירעקטע אינטעראַקציעס צווישן קאַרטון כאַראַקטערן און אמתע מענטשן.
אין 2016 איז "ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט" דערווײַלט געוואָרן דורכן קאָנגרעס ביבליאָטעק פֿאַר קאָנסערוואַציע אינעם נאַציאָנעלער פֿילם רעגיסטער פֿון די פֿאַראײַניקטע שטאַטן.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין אַן אַלטערנאַטיווע רעאַליטעט אין וועלכע קאַרטון כאַראַקטערן (וואָס הייסן נאָר "טונען") עקזיסטירן צוזאַמען מיט מענטשן, דאַרף אַ מענטשלעכער דעטעקטיוו העלפֿן אַן אַנימירט קיניגל מיטן נאָמען ראָדזשער וואָס ווערט צופֿעליק באַשולדיקט אין מאָרד.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
"ווער האט אינקרימינירט ראדזשער ראביט" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)
![]() |
דער ארטיקל וועגן א פֿילם טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |