וואלאדימיר זעלענסקי
| זעלענסקי אין 2023 | |||||
| געבורט |
25 יאנואר 1978 (אלט 48) קריוואראג, אוקראינער ססר, סאוועטן פארבאנד | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| מדינה |
אוקראינע | ||||
| באשעפטיגונג |
פאליטיקער | ||||
| פארטיי | באדינער פונעם פאלק (זייט 2018) | ||||
| דינאסטיע | |||||
|
| |||||
|
president | |||||
| |||||
| חתימה |
| ||||
וואָלאָדימיר אָלעקסאַנדראָוויטש זעלענסקי (אוקראיניש: Володимир Олександрович Зеленський) איז א אוקראינער פאליטיקער, קאמיקער און אקטיאר.[1] ער איז דער 6טער פרעזידענט פון אוקראינע זינט 20 מיי 2019.[2]
ער איז געבוירן געווארן אין א אידישער פאמיליע אין קריוואראג (אין דניפראפעטראווסק גובערניע),[3][4] זעלענסקי איז א געבוירענער פון רוסיש, זיין זיידע איז געווען א שארית-הפליטה'ניק.[5]
איידער ער האט זיך אריינגעלאזט אין דער פארוויילונגס־אינדוסטריע, האט ער געלערנט געזעץ און באקומען א דיפלאם אין דעם געביט.
דערנאך האט ער אנגעהויבן א קאמיקער קאריערע און געגרינדעט די פראדוקציע־קאמפאני קווארטאל 95, וואס האט פראדוצירט פילמען, אנימאציעס און טעלעוויזיע־פראגראמען, אריינגערעכנט בעדינער פון דאס פאלק, אין וועלכן זעלענסקי האט געשפילט דעם הויפט־ראלע פון פרעזידענט פון אוקראינע פון 2015 ביז 2019.[6]
אין מערץ 2018 האט א גרופע ארבעטער פון קווארטאל 95 געגרינדעט א פאליטישע פארטיי מיט דעם זעלבן נאמען, בעדינער פון דאס פאלק.[7][8]
זעלענסקי האט דעם 31סטן דעצעמבער 2018 געמאלדן אז ער וועט קאנדידירן פאר פרעזידענט פון אוקראינע אין די 2019 פרעזידענט וואלן. [9] און איז געווען א פירער אין די אנקעטעס.[10] ער געווינען מיט 73.23% פון די וויילערס אנטקעגן פרעזידענט פעטרא פאראשענקא.[11][12] ער האט זיך פארגעשטעלט אלס אן אנטי־עסטאבלישמענט און אנטי־קארופציע קאנדידאט.[13]
אלס פרעזידענט, איז זעלענסקי א שטיצער פון ע-רעגירונג און אחדות צווישן רוסיש און אוקראיניש רעדנדע אוקראינער.[14] זיין קאמוניקאציע מיטן ציבור פארלאזט זיך אין גרויסן טייל אויף סאציאלע מעדיע, אריינגערעכנט אינסטאגראם.
זיין פארטיי האט געוואונען די פארלאמענטארישע וואלן אין 2019.אלס פרעזידענט האט זעלענסקי געשטיצט דעם אפשאפן פון פארלאמענטארישן אימוניטעט, און זיין רעגירונג האט זיך אויך פארנומען מיט די קאוויד-19 פאנדעמיק, און מיט דער קאמף קעגן קארופציע.
בעת די 2021-2022 רוסלאנדער-אוקראינער קרייץ און דער 2022 רוסלענדישער אינוואזיע אין אוקראינע, איז זעלענסקי געווארן אן אינטערנאציאנאלער סימבאל פון די אוקראינער קעגנשטעל צו רוסלאנד.[15][16][17][18]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ https://thejewishnews.com/2022/02/28/volodymyr-zelensky-was-a-jewish-comedian-now-the-worlds-eyes-are-on-him/
- ↑ https://www.rferl.org/a/29951792.html
- ↑ https://www.nytimes.com/2019/04/24/world/europe/volodomyr-zelensky-ukraine-jewish-president.html
- ↑ https://www.timesofisrael.com/jewish-comic-who-plays-ukraine-president-on-tv-leads-ukraines-presidential-race/
- ↑ https://www.radiosvoboda.org/a/press-review/29847667.html
- ↑ https://www.unian.ua/elections/10396374-zelenskiy-zayaviv-pro-rishennya-yti-u-prezidenti-video.html
- ↑ https://ukranews.com/news/560269-mynyust-zaregystryroval-partyyu-sluga-naroda
- ↑ https://www.unian.ua/politics/2276034-yurist-zelenskogo-zareestruvav-novu-politichnu-partiyu-sluga-narodu.html
- ↑ https://www.reuters.com/article/us-ukraine-election-zelenskiy-oligarch-idUSKCN1RD30L
- ↑ https://www.atlanticcouncil.org/blogs/ukrainealert/how-ukraine-s-presidential-race-is-shaping-up/
- ↑ https://www.independent.co.uk/news/world/europe/ukraine-election-result-latest-volodymyr-zelenskiy-win-exit-poll-president-a8880371.html
- ↑ https://www.bbc.com/news/world-europe-48007487
- ↑ https://www.bbc.com/news/world-europe-47654242
- ↑ https://ecfr.eu/publication/zelensky_unchained_what_ukraines_new_political_order_means_for_its_future/
- ↑ https://www.dw.com/en/ukraines-volodymyr-zelenskyy-from-comedian-to-national-hero/a-60924507
- ↑ https://thehill.com/policy/international/596036-zelenskyy-emerges-as-global-hero-in-ukraine-battle-against-russia/
- ↑ https://www.spiegel.de/international/world/hero-in-the-making-ukrainian-president-zelenskyy-standing-tall-in-the-face-of-danger-a-af000c8e-9e21-4137-81c8-952a5f2c768e
- ↑ https://www.usatoday.com/story/opinion/2022/02/26/ukrainian-president-zelenskyy-has-held-firm-against-russia-putin/6951859001/?gnt-cfr=1
