וויסנשאפט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וויסענשאפטליכע)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

װיסנשאַפֿט איז די שטודיע און וויסן פון נאטור, דעם אוניווערס און דעם מענטשלעכן קערפער דורך אן אנגענומענעם וועג פון לערנען.

אין אלגעמיין האט וויסנשאפט צו טאן מיט פארשן, ווייל דורכן פארשן דערוווסט מען זיך זאכן. דער וואס פארנעמט זיך מיט וויסנשאפט הייסט א וויסנשאפטלער, און דער וואס פארשט הייסט א "פארשער".

עס איז דא צוויי ערליי סיבות פארוואס א מענטש פארשט, איינע קומט פון א נאטירלעכע נייגעריקייט וואס א מענטש אינטרעסירט זיך צו פארשטיין און ארויס האבן ווי יעדע זאך איז צוזאמגעשטעלט, און נאך א סיבה, איז כדי צו אנטוויקלען און אויפצוטאן פאר דער וועלט אין אלערליי ענינים וו.צ.ב.ש. באשאפן נייע מעדיצינען א.א.וו..

עס איז א כסדר'דיגע טוישענדע וועלט און אלעס גייט קודם אויף טעאריעס געבויט אויף פאקטן, ביז עס ווערט אפגעוואנדען פון נייערע פאקטן.

למעשה, איז דאס אמאל געווען א טיטל וואס האט געפאסט בלויז פאר איינער וואס טוט אין וויסנשאפט, ווי די נאמען לויטעט, אבער היינט יעדער וואס גלייבט אין אן אידעע אדער אילוזיע און באשרייבט דאס אין אן עססעי מיט לאטיינישע אויסדרוקן יעדע דא און דארט, ווערט געשאנקן דורך די אקעדעמיקער מיטן צונאמען 'וויסנשאפטלער'.[פֿעלט אַ מקור]

קאטעגאריעס פון וויסנשאפט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביאלאגישע וויסנשאפטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביאלאגיע

פיזישע וויסנשאפטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סאציאלע וויסנשאפטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וויסנשאפט קעגן רעליגיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רוב וויסנשאפט וועלט האלט פון די טעאריע פון עוועלאציע. אבער זענען נאך אלס פונקט אזוי גלויביג אין רעליגיע. אמאל אבער איז דער אלגעמיינער וויסנשאפטלעכער געווען מער גלויביג ווי די מאסן, ווייל פאר די טעאריע פון עוועלאשען האט מען אלע וואונדער און חסד פון באשעפעניש אנגעהאנגען אין א גוטער קלוגער באשעפער, היינט צוטאגס גלייבן זיי דאס אלס אן עקסידענט דורך עוועלאציע. אזוי ארום האט זיך געשאפן א קאנטער קולטאר פון גאר פרומע עקסטרמע רעליגיעזע וואס גלייבן נאר אין נפלאות הבורא, שער הבחינה אדער ווי מען רופט דאס אן אין ענגליש אינטעליזשענט דעזיין שטרעמונג קעגן די אלגעמיינע וויסנשאפטלעכע באוועגונג.

די וויסנשאפט באוועגונג איז געשטיצט דורך אלע געלטער פון אלע מאדערענע רעגירונג סיסטעמען פון די מידיע, ביז די חינוך אינסטעטוציעס פון קינדערגארטן ביז די גרעסטע פארש צענטערס און אוניווערסיטעטן וואס פאפמפען אריין אין דעם טריליאנען דולער א יאר אויפצוהאלטן דעם טעאריע. לעומת זה זענען די רעליגיעזע חינוך אינסטעטוציעס מאכטלאז קעגן דעם מעכטיגן אפאראט און סשאפט זיך א מציאות אז רוב וועלט נעמט אן די עוועלאשען טעאריע קעגן די אמונה פון א מנהיג ובורא.

די פרומע באשולדיגען די וויסנשאפטלער אין זיין פאנאטישע פונדאמענטאליסטן, ווייל מ'זעהט אזויפיל שוועריגקייטן, אויסגערעכענטע טיפע פלענער און וואונדער אין די נאטור אז עס אומעגליך צו זאגן אז דאס בלויז אן עקסידענט פון עוועלוציע. זיי זאגן אז וועגן דעם איז וויסנשאפט אזא שטארקע גלויבן, ווייל די אלע וויסנשאפטלער ווילן זינדיגן ממילא זוכן זיי א מוח־וואש אז עס איז נישטא קיין באשעפער און ציל פון די וועלט כדי מען זאל קענען זינדיגן. און דערפאר איז זיי שווער צוצוקומען אז איינער האט געמאכט דעם ערשטן חומר, ווייל ס'איז זיי גרינגער צו זאגן אז ס'איז אלעמאל געווען, ווי איידער צו זאגן אז ס'האט עס איינער באשאפן, ווייל ס'איז זיי אויסטערליש מחייב. און א מענטש אפילו ער איז קלוג איז ער דאך נאריש און ער האט מורא צו קומען מיטן אמת פנים אל פנים.

און שכלדיג איז דאס אויך גאר שווער צו פארשטיין, וויאזוי קען אזא שיינע מסודר'דיגע וועלט באשאפן ווערן פון ספאנטאנע מישונגען און אומאויסגערעכנטע געשעענישן? אויף דעם איז נישטא קיין צופרידנשטעלנדע תירוץ ווי דזשאן פאלקינגהארן – א פיזיקער אין קעמבריזש אוניווערסיטעט שרייבט: "נאכן שטודירן די בריאה זע איך אז דאס איז נישט געשען, דאס האט מען געטון". און דארווין (דער מערסט באקאנטער אטעאיסט) אליינס שרייבט: "הגם ס'איז מיר שווער צו גלייבן אין א גאט, איז מיר אפטמאל שווערער צו גלייבן אז קיינער שטייט נישט אונטער דער בריאה". אויך פֿראנסיס קריקנאבעל פרייז געווינער פארן אנטדעקן די געבוי פון DNA זאגט אז נאכן שטודירן ביאלאגיע איז אוממעגליך צו גלויבן אז דאס איז א רעזולטאט פון ספאנטאנע טוישונגען, וויאזוי האט יענער געזאגט? דארווין האט בכלל נישט געשריבן דאס בוך איבער עוואלוציע, אפאר זעברעס האבן זיך צוגעזעצט צו א טייפרייטער און געהאקט, און נאך אזויפיל יארן פון רענדאם האקערייען איז ארויסגעקומען די בוך...

ווי אויך איז שווער אויף זיי, אז וואס האט געברענגט די אזויגערופענע נאטורליכע עוואלוציע? די ביג בענג, ווער האט געשאפן די אויפרייס? וואס האט אויפגעריסן? ווער האט באשאפן די ערשטע אטאם? אהההה! דער באשעפער, נו, וואס פעלט דעמאלס אויס די גאנצע עוואלוציע תורה?...

אבער די וויסנשאפלעכער באשולדיגן צוריק די רעליגיעזע פרומע אין קאמפ מיט וויסנשאפ אז דאס איז פאנאטיש און פאנדאמעטאליסטיש צו גלייבן אז עפעס א העכערע כוח האט געמאכט די וועלט טרוקן אן קיין טוישונגען בשעת ווען זיי זעהן נישט קיין אנדער טעאריע וואס מ'קען פארשטיין, און דאס אז עס איז וואונדערליך און שווער מיט אומפארענטפערטע פראגעס מאכט נאך נישט אויס טעאריע. און די קעגנער פון וויסנשאפט זענען א סכנה פאר די וועלט ווייל זיי ווילן ארויפצווינגען א אומבאזירטע הוילע נישט-וויסנשאפטלעכע תירוץ אויף אלע פראגעס.