ווינצענט וואן גאך

פֿון װיקיפּעדיע
ווינצענט וואן גאך
Vincent van Gogh
געבורט 30 מערץ 1853
האלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 יולי 1890 (אלט 37)
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אױטאפּארטרעט פֿון ווינצענט וואן גאך

ווינצענט וואַן גאך (האלענדיש: Vincent Willem van Gogh) ‏(30סטן מערץ, 1853 - 29סטן יולי, 1890) איז געווען איינער פון די וועלטס מערסטע באקאנטסע מאלערס וואס זיינע ווערק ווערן פאררעכענט ווי די טייערסטע נאך היינט צוטאגס. ער האט געוואוינט אין האלאנד.

קודם אין פריערדיקן טייל פון זיין לעבן האט ער פארברענגט אלס ארבעטער אין א קונסט האנדל פירמע, דערנאך איז ער געווען א לערער פאר א קורצער וויילע, און דערנאך איז ער געווען א מיסיאנער אין אן ארימער מינעריי געמיינדע. ער האט זיך נישט אריינגעלאזט אין מאלעריי ביז די לעצטע צעהן יאר פון זיין לעבן, ד.ה. ס'רוב פֿון זיינע װערק האבן זיך באװיזן אין די 1880ער יארן.

בסך-הכל האט ער געשאפֿן מער ווי 2000 קינסטלערישע ווערק, אריינגערעכענט 900 געמעלן און 1100 צייכענונגען.

אין נאוועמבער 1885, האט ער זיך געצויגן קיין אנטווערפן וואו ער האט געדונגען א קליינעם צימער איבער א פארב הענדלערס קראם. ער האט נישט געהאט א סך געלט און האט געגעסן נאר ברויט און קאווע. אין אנטווערפן האט ער שטודירט די טעאריע פון קאליר. ער האט פארברענגט אסאך אין מוזייען, וואו ער האט שטודירט די ווערק פון פעטער פאל רובענס.