Windows Me

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ווינדאס ME)
Windows Me דעסקטאפ

Windows Me איז א גראפיקעל יוזער אינטערפעס (GUI) אפערירן סיסטעם וואס איז דערשינען דעם 14טן סעפטעמבער 2000, ארויסגעגעבן דורך מייקראסאפט, עס ערזעצט Windows 98, און זי איז די לעצטע פון דריי אפערירן סיסטעמען פון די ווינדאוס 9X פאמיליע, וואס איז געבויעט אויף דעם DOS אפערירן סיסטעם.

איבערבליק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Windows Me איז געווען א שטיקל דורכפאל פאר מייקראסאפט, עס איז ארויס געקומען 7 חדשים נאך Windows 2000 און וויבאלד Windows 2000 (דער NT קערל) איז נאך נישט גרייט פאר די קאנסומער ווייל רוב קאמפיוטער שפילערייען פון יענער צייט און אסאך קאנסומער פראגראמען האבן נאך נישט געארבעט מיט Windows 2000, האט מייקראסאפט ארויס געגעבן Windows Me אבער עס איז נישט געווען צו שטארק סטאביל, און עס האט געהאט פארשידענע פראבלעמען, ממילא איז עס נישט געווארן צו אויפגעכאפט.

Windows אפערירן סיסטעמען

Windows 1.0 | Windows 2.0 | Windows 3.x | Windows 95 | Windows 98 | Windows NT | Windows Me | Windows 2000 | Windows XP | Windows Server 2003 | Windows Server 2008 | Windows Vista | Windows 7 | Windows 8