המליץ
אויסזען
המליץ איז געווען א העברעאישע טאָג-צייטונג אין פּעטערבורג, רוסלאנד.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]המליץ איז געגרינדעט דורך אַלעקסאַנדער צעדערבוים (ארז) אין יאָר 1860 אַלס װאָכנבלאַט, נאַכער דערשינען טעגלעך. עס האט פאַרעפנטלעכט אַרטיקלען פון די אָנגעזעענסטע העברעאישע שריפטשטעלער (אחד העם, יהודה לייב גארדאן און אנדערע). עס האט געווירקט דער לטובת ציון באַװעגונג. המליץ האט אויפגעהערט דערשיינען אין יאר 1904.
קוואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „המליץ” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949) פון שמחה פיעטרושקא, וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.