לדלג לתוכן

הכשר

פֿון װיקיפּעדיע

א הכשר באדייט א באשטעטיגונג אז א געוויסע זאך געווענליך א עסנווארג אדער געטראנק קומט נאך די תורה׳דיגע כשרות פארלאנגען און דער וואס וויל דאס עסן אדער טרונקען דארף נישט אליינס נאכגיין אלע אינפארמאציע נאר מען קען זיך פארלאזן אויף דעם פערזאן און/אדער ארגעניזאציע וואס געבן דעם באשטעטיגונג.

עס זענען דא פאפולערע מער באקאנטע הכשרים אזוי אויך קלענערע מער לאקאליזירטע.

אזוי אויך איז דא כשרות ארגעניזאציעס וואס באשטייען בלויז אויף געבן הכשרים צ.ב.ש. או. יו. און עס זענען דא אזעלכע וואס זענען טייל פון א גרעסערע אונטערנעמונג וואס האבן אויך א כשרות אפטיילונג, צ.ב.ש. עדה החרדית.