לדלג לתוכן

היימישע ישוב אין לינדען, ניו דזשערזי

פֿון װיקיפּעדיע

די היימישע ישוב אין לינדען ניו דזשערזי איז געגרינדעט געווארן בערך אין יאר ה'תשע"ה דורך הרב מאיר יהוסף ראטטענבערג, דער קאסאנ'ער רבי. ער האט געמוטיגט זיינע חסידים זיך ארויסצוציען פון ברוקלין און זיך ציען צו לינדען, און שפעטער איז ער אליינס געקומען דארט וואוינען. נאך אביסל צייט האבן זיך ארויסגעצויגן אהין אויך חסידים פון אנדערע קרייזן, ווי באבוב און סאטמאר, און אזוי אויך האבן זיך נאך רבי'ס אהינגעצויגן, ווי ראחמיסטריווקא און סקולען. היינט צוטאגס איז פארהאן דארט קרוב צו אכט הונדערט חסיד'ישע משפחות, ארום פופצן שולן, מוסדות, מקוואות, און נאך אידישע געברויכן.

[[קאַטעגאָריע:]]