האסידיק רעבעל

פֿון װיקיפּעדיע

האסידיק רעבעל איז דער ענגלישער ווארט פון א חסיד מורד אדער אין יידיש חסידישער באגאבונט.

ער איז געווען דער סאמע ערשטער חסידישער בלאג, וואס האט אנגעהויבן מיט אן אגענדע צו פארציילן די חסידישע לעבנסשטייגער פאר די וועלט אויף דעם ענגלישן שפראך. (קטלא קניא איז געווען בעפאר נאר אין אידיש.

חסיד הארעטיק האט אים שוין נאכגעטאן, אנדערשט ווי חסיד הארעטיק וואס האט א הויך אינטעליגענטע און קונסטליכע פאנטאזישע שפראך, האט ער זייער א איינפאכער פערזענליכע שפראך, אן קיין אויפגעבלאזענע דראמאס, ווי ער פארציילט פשוט וואס ער טוט, וואס ער גייט דורך, ווי למשל ער האט געשילדערט זיין ערשטער באזוך אין א ווידיאו געשעפט, וואס דאס מיינט דורכגיין גילט און שרעק און מיט וואס פאר עמאציאנאלע פיינוגעגען ער האט געדארפט זיך ספראווענען, וויאזוי זיין ווייב האט דאס אויפגענומען און אזוי ווייטער.

ער איז שוין געווען באשריבן אין וויליזש וואוס.

ער געט אן אז ער וואונט אין בארא פארק.

ער האט זיך געהאט פארמאכט פאר א שטיק צייט צוריק, אבער זינט דאן איז ער שוין ווידער טעטיג, כאטשיג מיט ווייניגער פערזענליכע אנעקדאטען און מיט א מער פערפעקטע ענגליש ווי אמאל.

אױסערלעכע פֿאַרבינדונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]