לדלג לתוכן

דרום כינע ים

פֿון װיקיפּעדיע

מוסטער:גוף מים

גרענעצן פון דרום כינע ים

דער דרום כינע ים איז א גרענעץ-ים, דער צווייטער גרעסטער ים אין דער וועלט נאך דעם אראבישן ים, מיט א שטח פון בערך 3,500,000 קוואַדראַט קילאמעטער. זיין מאקסימום טיפֿקייט איז 5,016 מעטער, און עס זענען דא העכער 250 אינזלען אין זיין געגנט. דער דרום כינע ים געפינט זיך דרום פון כינע, און געאגראפיש איז ער א גרענעץ-ים פון דעם פאציפישן אקעאן. דער ים גרענעצט די לענדער וויעטנאם און כינע צו צפון, אינדאנעזיע, סינגאפור, מאלייזיע און ברוניי צו דרום, די פיליפינען און טייוואן צו מזרח, און טיילאנד און קאמבאדיע צו מערב.

דער דרום כינע ים האט א גרויסע עקאנאמישע וויכטיקייט, ווייל א דריטל פון דער וועלט'ס ים-לאסט גייט אדורך אים; גרויסע אפזעצונגען פון גאז און אויל קענען געפונען ווערן אונטער זיין ים-גרונט,[1] און עס איז דא א ברייטע קאמערציעלע פישעריי. דער שטח פון דעם ים אליין, ווי אויך עטלעכע פון די אומבאַוואוינטע אינזלען, זענען דיספוטירט דורך עטלעכע לענדער וואָס פאָדערן סואווערעניטעט איבער זיי.

דער דורכגאַנג פון מאַלאַקאַ, צווישן דעם מאַלייאישן האַלבאינדזל און דעם אינזל סומאַטראַ אין אינדאָנעזיע, פֿאַרבינדט דעם אינדישן אָקעאַן און דעם דרום כינעזער ים.

  1. A look at the top issues at Asian security meeting Associated Press, ROBIN McDOWELL, July 21, 2011.