דער לייב-קעניג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דער לייב קעניג)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
The Lion King logo.svg

דער לייב-קעניג (ענגליש: The Lion King) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער מוזיקפילם פון 1994 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און פארשפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. די געשיכטע פאסירט אין א קעניגרייך פון לייבן אין אפריקע, און איז אינספירירט געווארן פון וויליאם שייקספיר'ס "האמלעט". דער פילם איז פראדוצירט געווארן אין אן עפאכע וואס ווערט באקאנט אלס דער "דיזני רענעסאנס". "דער לייב-קעניג" איז רעזשיסירט געווארן דורך ראדזשער אלערס און ראב מינקאף און פראדוצירט געווארן דורך דון האן. זיינע אריגינאלע לידער זענען געשריבן געווארן דורך דער קאמפאזיטאר עלטאן דזשאן און דער ליריסיסט טים רייס.

כאראקטערן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • מופֿאַסאַ - דער פֿריִערדיקער קעניג פון די פֿרייד-לענדער, סימבאַ'ס פֿאטער, סקאַר'ס עלטערער ברודער און סאַראַבי'ס "מאַן". ער שטאַרבט ווען סקאַר ווארפֿט אים אריין אין אן אַנטלויפֿונג פון ווילדע חיות נאך מופֿאַסאַ ראטעוועט סימבאַ פון זיי.
  • סימבאַ - דער זון פון מופֿאַסאַ און סאַראַבי, סקאַר'ס ברודער-זון, דערוויילט צו ווערן נאַלאַ'ס "מאַן" און קומענדיקער קעניג פון די פֿרייד-לענדער.
  • נאַלאַ - סימבאַ'ס בעסטע חברטע און דערוויילט צו ווערן זיין "ווייב".
  • סקאַר - מופֿאַסאַ'ס יונגערער ברודער, סאַראַבי'ס שוואָגער און סימבאַ'ס אָנקל. ער דערהרגעט מופֿאַסאַ דורך ווארפונג אים אריין אין אן אַנטלויפֿונג פון חיות און אוועקטריבט סימבאַ אזוי ער קען ווערן דער קעניג. דערנאך ווערט ער צעמאָרשטשעט דורך סימבאַ און געטייט דורך זיין היענע ארמיי נאך ער אָנקלאָגט זיי פאר מופֿאַסאַ'ס טויט.
  • סאַראַבי - סימבאַ'ס מוטער, מופֿאַסאַ'ס "ווייב" און סקאַר'ס שוועגערין.
  • ראַפֿיקי - א מאַלפֿע וואס איז א שאַמאַן.
  • טימאָן און פּומבאַ - א סוריקאַטע און אַ וואָרצל-שווייַן וואס אַדאָפּטירן סימבאַ.
  • שענזי, באנזאַי און עד - דריי היענעס וואס העלפן סקאַר דערהרגענען מופֿאַסאַ און אַװעקטרייבן סימבאַ. דערנאך זיי טייטן סקאַר נאך ער אָנקלאָגט זיי פאר מופֿאַסאַ'ס טויט.

לידער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • "דער צירקל פון לעבן"
  • "צו ווערן קעניג קען איך נישט ווארטן"
  • "זייט צוגעגרייט"
  • "האַקונאַ מאַטאַטאַ"
  • "צו קענסטו פילן די ליבע היינט נאַכט?"

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]