לדלג לתוכן

דעם טעגליכען רמב"ם

פֿון װיקיפּעדיע

דער טעגליכער רמב"ם (אין לשון הקודש "רמב"ם היומי"), איז א תקנה וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט, צו לערנען דעם משנה תורה פונעם רמב"ם יעדן טאג, לויט די דריי וועגן וואס ער האט געזאגט.

א סיום אפ'ן רמב"ם אין ירושלים

ביים פארבריינגען פֿון אחרון של פסח תשד"מ איז דער רבי ארויס געגיינגען מיט א נייע תקנה, אז יעדער איד זאל לערנען רמב"ם יעדער טאג.

דער רבי האט ערקלערט אז רמב"ם איז די איינציגע ספר וואס האט די אלע הלכות פון אלע תרי"ג מצות, אזוי אז יעדער וואס וועט א טייל נעמען אין די תקנה, וועט טאן די מצוה פון וויסען די גאנצע תורה, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אליין אין זיין פארווארט, אז ער האט געגעבן זיין ספר דעם נאמען משנה תורה ווייל א מענטש לערנט פריער תורה שבכתב און דערנאך לערנט ער דאס ספר, און פון דעם קען ער שוין גאנץ תורה שבעל פה.

אויך האט דער רבי געזאגט, אז דורך דעם וואס אידען ארום די וועלט לערנען די זעלבע זאך יעדער טאג, וועט דאס בריינגען אחדות צווישען אידען, וואס וועט בריינגען די גאולה.

דער רבי האט געמאכט דריי וועגן ויי צו לערנען:

  • דרײַ קאַפּיטלעך אַ טאָג: ענדיקט דעם גאַנצן רמב"ם בערך עלף חדשים (339 טעג).
  • איין קאַפּיטל אַ טאָג: ענדיקט דעם גאַנצן משנה תורה אין בערך צוויי יאָר און צען חדשים (1017 טעג).
  • לימוד ספר המצוות פֿון רמב"ם: דאָס איז בעיקר פֿאַר פֿרויען און קינדער, און ווערט געענדיקט צוזאַמען מיטן דרײַ-קאַפּיטלדיקן לימוד.

לויט דער רבי'ס ווערטער, דאַרף מען זיך באַמיען צו לערנען די טאָג-טעגלעכע שיעורים בײַ טאָג. אויב מען האָט נישט געכאַפּט, קען מען עס נאָכקומען בײַ נאַכט ביז חצות, אָדער אפילו ביז עלות השחר.

דער רבי האט אויך געזאגט אז רמב"ם איז א סגולה פאר מופסים, אזוי ווי דער ראשי תיבות פון רמב"ם איז "רבות מופתי בארץ מצרים".

צענדליקער גדול בישראל האבן אונטערגעשטיצט דעם תקנה, צווישען זיי: הרב מרדכי אליהו, הרב שמואל וואזנער, הרב משה פיינשטיין, הרב משה יהושע האגער - דער ישועות משה פון וויזשניץ, דער לב שמחה, דער פני מנחם און הרב יעקב אריה אלטער פון גער.

די תקנה איז פארשפרייט געווארן איבערן וועלט, און היינט צו טאג'ס לערנען צענדליקער טויזענטער אידען רמב"ם טאג טעגליך.

יעדער יאר, ווען מען ענדיקט דעם רמב"ם, מאכן דעם "ועד סיום הרמב"ם העולמי" א ריזקע סעלבריישען אין איינע פון די זאל'ן אין ניו יארק. אויך ארום די וועלט ווערט געמאכט גרויסע סיומים.