די ריַיז בונטן פֿון 1918

די ריַיז בונטן פֿון 1918 (אויף יאַפּאַניש: 米騒動 - קאָמע סאָדאָ)זענען געווען אַ סעריע פֿון ציווילישע געוואַלדיקע בונטן פוואָס זענען אויסגעבראָכן אין יאַפּאַן פֿון יולי ביז סעפּטעמבער אין 1918 , וואָס האָבן געענדיקט טראַוּטשי מאַסאַטאַקע'ס הערשן איבער יאַפּאַן. די דאָזיקע צעטומלענישן זענען געווען די מעכטיקסטע און געוואַלדיקסטע דורך דעם 20סטן יאָרהונדערט אין יאַפּאַן.
אַן אינפֿלאַציע אין די פּריַיזן פֿון ריַיז האָבן געמאַכט אַ מוראדיקן קלעם, ספּעציעל אין די דערפֿער וואו ריַיז איז געווען אַ הויפּט מאכל אין זייער דערנערונג. די פּויערס, וואָס האָבן פֿאַרגליַיכט די ביליקע פּריַיזן וואָס זיי האָבן בּאַקומען פֿון דער רעגירונג צוליב זייער השגחה מיט די טיַיערע פּריַיזן פֿון די סוחרים פֿון ריַיז, זיי האָבן געהאַט שטאַרק פֿיַינט די סוחרים און די רעגירונג אַז זיי האָבן געלאָזט די פּריַיזן זיַין אַזוי טיַיער ביַי דעם פּשוטן פֿאָלק. די אינפֿלאַציע'ס קלימאַקס איז געווען נאָך דער ערשטער וועלט מלחמה, וואָס האָבן געהאַט השפּעה אויף די פּריַיזן פֿון אַלעס, פֿון עסן ביז דירה געלט, דעריבער האָבן די בירגערס פֿון די שטעט און דערפֿער ווידערגעשטאַנען. יאַפּאַנ'ס מיליטערישע אַריַינמישונג אין סיביר פֿאַר דער וויַיסער אַרמיי אין רוסלאַנד'ס בירגער מלחמה אַקעגן דער רויטער אַרמיי, האָט פֿאַרערגערט דעם מצבֿ. די יאַפּאַנישע רעגירונג האָט געקויפֿט די אַלי סחורה פֿון ריַיז אונטערצושטיצן זייער אַרמיי אין סיבּיר, וואָס האָט געמאַכט די פּריַיזן טיַיערער אַפֿילו מער. די רעגירונג איז געווען מיט דער פּוטער אַראָפּ צו פֿאַררעכטן דעם מצבֿ, און אַזוי די בונטן האָבן אָנגעהויבן אין די דערפֿער און שטעטלעך, און נאָך דעם אין די גרויסע שטעט.
די בונטן זענען די געוואַלדיקסטע און מוראדיקסטע אין יאַפּאַנ'ס מאָדערנער היסטאָריע. דער ערשטער בונט איז געווען אין אוּאָזו, אַ שטעטל פֿון פֿישערס אין דער מויאַמער געגנט, אינעם 23סטן יולי 1918.
די ערשטע בונטן זענען געווען צום ערשטנס שטילע דעמאָנסטראַציעס וואָס גיכיק זענען געוואָרן גאַנצע בונטן, שטריַיקן, רויבעריַי, פֿאַרברענונג פֿון פּאָליציי'ס סטאַנציעס און באַאַמטן, אויכעט די הייזער פֿון סוחרים און באַאַמטערס. ביז מיטל סעפּטעמבער 1918 זענען אויסגעבראָכן איבער 623 צעטומלענישן אין 38 שטעט, 153 שטעטלעך און 177 דערפֿער, וואָס איבער צוויי מיליאָנען האָבן אָנטיילגענומען און 130 זענען דער'הרג'עט און הודערטער זענען געוואָרן פֿאַרוואונדעט.
בערך 25,000 זענען אַרעסטירט געוואָרן. פֿון זיי בערך 8,200 זענען פֿאַרמשפּט געוואָרן אויף פֿאַרשידענע שולדן, און די שטראָפֿן זענען געווען פֿון אַ קליינטשיק געלט שטראָף צו אַ גאַנצן טויט שטראָף.
אין 29סטם סעפּטעמבּער 1918 יאַפּאַנ'ס רעגירונג האָט זיך אָפּגעזאָגט, מיט טראַוּטשי, וואָס האָט אָנגענומען די אחריות אויף דעם געפֿערלכן מצבֿ.
נאָכלייען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- W.G. Beasley, Japanese Imperialism 1894–1945, Oxford University Press, 1991, ISBN 0521557925
- WJ MacPherson, The Economic Development of Japan 1868–1941, Cambridge University Press, 1995, ISBN 0521557925.
- Michael Smitka, Japanese Prewar Growth (Japanese Economic History 1600–1960), Routledge, 1998 ISBN 0815327056