לדלג לתוכן

די פֿאַרשיקענערס פֿון אצ"ל און לח"י

פֿון װיקיפּעדיע

די אצ"ל און לח"י פֿאַרשיקטערס זענען געווען מיטגלידער פון דער אצ"ל און לח"י ווידערשטאַנד אונטערערדן, וואֶָס זענען ארעסטירט און פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם סוף פון דער בריטישער מאנדאט-פעריאד, פון 1944 ביז 1948, אין 12 טראַנספּאָרטירונגען צו תּפיסה לאַגערן אין אַפֿריקע . די תּפיסה לאַגערן, וואו מע האָט זיי זענען פֿאַרשיקט זענען געווען סעמבעל , לעבן אסמארא, די הויפטשטאט פון עריטרעא, קארטאגע אין דער סודאנישער מדבר, און גילגיל אין קעניאַ, וואָס געפֿינט זיך צפֿון פֿון נעיראָבי . די פֿאַרשיקטערס האָבן זיך אומגעקערט צוריק צו זייער לאַנד צוויי חדשים נאָך דעם אויפֿקום פֿון מדינת ישראל, אין יולי 1948 . דאָס ווילן צו צוריקהאַלטן די אַרעסטאַנטן פֿון באַקענען זיך מיט זייער סבֿיבֿה און פּלאַנירן אַן אַנטלויפֿונג, די מורא פֿון דעם רעזשים אין די לענדער פֿון די לאַגערס פֿאַר אַטאַקעס וואָס זיי וואָלט געקענט דורכפֿירן, און די זיכערהייט שוועריקייטן אין די אַפֿריקאַנישע לענדער אַליין, וואו עס איז געווען אַ ווידערשטאַנד אַקעגן קאָלאָניאַליזם, זענען געווען די הויפּטע סיבּות אַוועקשיקן פֿון לאַגער צו לאַגער.

פֿונעם רעכטס: מאיר שמעגער (דאַן שטערנבערג), שמואל תמיר, דוב מילמאן, צבֿי האַדאַסי, ראובן רובינשטיין און אריה מהולאל אין גילגיל לאגער אין קעניע.

דער באַשלוס וועגן דער פֿאַרטריַיבונג און איר דורכפֿירונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער באַשלוס צו פֿאַרטריַיבן די אונטערערדן'ס מיטגלידער קיין אַפֿריקע איז גענומען פֿון די בריטן כּדי צו רעדוצירן די טעטיקייט פֿון די אונטערערדן און ס'איז געווען די רעקאָמענדאַציע פֿון דעם הויפּט סעקרעטאַר פֿון דער בריטישער רעגירונג, סער דזשאָן שאָוּ. די בריטן האָבן תּמיד געהאַט מורא פֿאַר אַנטלויפֿונגען פֿון געפֿאַנגענערס, און די מעגלעכקייטן פֿון אַן אַנטלויף זענען אַ סך קלענער אין אַפֿריקע. אַזוי די בריטן האָבן געטראַכט אַז אַ פֿאַרטריַיבונג קיין אַפֿריקע האָט אַ שטאַרקן עלעמענט פֿון אָפּשרעקונג.

די אונטערשטיצערס פֿון דער פֿאַרטריַיבונג האָבן נישט געהאַלטן אַז עס איז אַן אויסוועג, אָבער זיי האָבן יאָ געטראַכט אַז עס וועט פֿאַרשוואַכן די אונטערערדן און וועט צווינגען די יידישע אונטערערדן צו אָנכאַפּן אַן אויסוועג וואָס האָט אַ קאָמפּראָמיס.

די פֿאַרשיקונג אָפּעראַציע, וואָס האָט געהייסן "שניי באַל" (operation snowball) איז אַדורכגעפֿירט געווען אין איין טאָג, אין 19סטן אויקטאָבער 1944 געשווינדלעך און פּלוצעם. מע האָט אַריַינגעפֿירט די געפֿאַנגענערס אין לאַטרון אין העליקאָפּטערס און זיי האָבן נישט געדאַכט אַז מע פֿאַרשיקט זיי אין אויסלאַנד. אינעם ערשטן מאָל 251 זענען פֿאַרשיקט געוואָרן, און ביַים סוף מע האָט פֿאַרשיקט 439 געפֿאַנגענערס, אַ העלפֿט פֿון די געפֿאַנגענערס פֿון די אונטערערדן. בערך 60% פֿון די פֿאַרשיקטערס זענען געווען מיטגלידער פֿון אצ"ל, 30% זענען פֿון לח"י און דער רעשט זענען געווען נייטראַל.

די אונטערערדן האָבן געהאַלטן די פֿאַרשיקונג אַלס אַ נאַצישע אַקציע, אָבער זיי זענען נישט מצליח געווען אַדורכצופֿירן זייער פּלאַן צו אומקערן זייערע מיטגלידער צוליב לח"י'ס אַטענטאַט פֿון לאָרד מוין, וואָס איז גורם געווען צום סעזאָן

די אינסטיטוציעס פֿונעם יידישן יישובֿ האָבן דווקא רעאַגירט מיט אַ שוואַכן אויפֿשטאַנד.צוליב דער דאָזיקער שוואַכער רעאַקציע, די פֿאַרשיקטערס האָבן געהאַט אַ חשד אַז די אינסטיטוציעס האָבן געהאַט אַ שייכות צו דעם דורכפֿיר פֿון דער פֿאַרשיקונג.

די באַדינגונגען אין תּּפֿיסה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אינעם סעמבעלער לאַגער די באַדינגונען זענען געווען נישט אַזוי אַנדערש ווי אין לאַטרון, אָבער די וויַיטיקייט פֿון די משפּחות האָט זיי זייער געפּיַיניקט.

צוליב דער וויַיטיקייט, ס'איז געווען אַ מאַנגל פֿון עלעמענטאַרישע זאַכן, אַזוי ווי ביכער, קליידער, ציינבערשטלעך און אַזוי וויַיטער.

צוליב דער דאגה פֿאַר דער רעליגיעזער מינאָריטעט, דעם נאַציאָנאַלישן כּבֿוד, דעם ווידערשטאַנד אַקעגן די בריטן און דעם פּרואוו צו כאַפּן דעם יידישן'ס יישובֿ אַכטונג, די פ‏‏‏ֿאַרשיקטערס זענען נישט מסכּים געווען צו עסן טריפֿה פֿלייש. צום סוף מע האָט זיי געבראַכט כּשרן פֿלייש פֿון דער וויַיטערער יידישער קהילה אין סודאַן. אין אַ טייל פֿון די לאַגערס עטלעכע געפֿאַנגענערס זענען באַשטימט צו רבּנים ווי רבּ יעקב שריבאָם און רבּ חיים דוד כּהנא וואָס איז באַשטימט געווען אינעם גילגיל'ן לאַגער.

דער געפֿערלעכער לאַגער איז געווען דער קאַרטאַגער לאַגער, וואָס איז געווען אין אַ מדבּר.

ס'איז געווען געפֿערלעכער היץ און אַ מאַנגל פֿון וואַסער.

מע האָט אומגעקערט די פֿאַרשיקטערס וואֶָס זענען פֿאַרטריבן צו דעם דאָזיקן לאַגער צו סעמבעלער לאַגער נאָך ניין חדשים.

דער דריטער לאַגער, גילגיל אין קעניע, איז נישט געווען אין אַ בעסערן מצבֿ. דער לאַגער איז געווען אַ מאָל אַ מילעטערישע תּפֿיסה, די קאַמערן זענען געווען פֿינסטער, דושנע, פֿול מיט קאָמאַרן און די קאַנאַליזאַציע איז געפֿלאָסן דורך זיי.

די בריטן האָבן געמונטערט בילדונג'ס טעטיקייט אין די לאַגערס, מע האָט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּראַך קריַיז וואָס איז דורכגעפֿירט פֿון אוזי אָרנאַן - איינער פֿון די געפֿאַנגענערס, און עטלעכע ווי מאיר שמעגער און שמואל טאַמיר האָבן געלערנט זיך יורידישע שטודיע דורך דורכשריַיבונג מיט בריטישע אוניווערסיטעטן.

דער בלוטיקער אינצידענט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די באַציונג מיט דער קאָמאַנדע פּערסאָנעל טיז געווען זייער גוט, אָבער אַ שרעקלעכער אינצידענט האָט געמאַכט די באַציונג ערגער. אינעם 17סטן יאַנואַר אין 1946 אין סעמבעלער לאַגער, צוויי סודאַנישע זעלנערס האָבן געשאָסן און דערהרגעט צווי געפֿאַנגענערס, אליהו עזראַ און שאול גאַלילי.

דער אינצידענט איז געשען ווען אליהו האָט אָפּגעזאָגט צו אָפּטרעטן פֿון דעם צאַמען, דורך אַ באַפֿעל פֿון אַ סודאַנישן זעלנער, מסתּמא נישט גערעכטלעך, און ער איז געשאָסן און פֿאַרוואונדעט געוואָרן. צווישן די פֿאַרוואונדעטע איז געווען ברוך מזרחי, אַ גר וואָס איז געבוירן געוואָרן אין צפֿת און האָט זיך אָנגעשלאָסן צו אצ"ל.

מחמת די שומרים פֿונעם לאַגער האָבן אָפּגעהאַלטן די פֿאַרוואונדעטע צו פֿאָרן קיין שפּיטאָל, צוליב זייער אַפּאַטיע אָדער אַז זיי האָבן געוואַרט פֿאַר באַגלייטערס, די געפֿאַנגענערס האָבן אַדורכגעריסן דעם טויער פֿונעם לאַגער. די שומרים האָבן געשאָסן אויף זיי, און דערהרגעט צוויי געפֿאַנגענערס און פֿאַרוואונדיקט 12 אַנדערע. צוליב אומגעוויסיקע סיבּות, די בריטן האָבן גע'עקשנ'ט זיך נישט צו שיקן די קערפּער פֿאַר קבֿורה אין ארץ ישראל, און אָט די דאָזיקע זאַך איז געשען בלויז נאָך דעם אויפֿקום פֿון מדינת ישראל.

דער יידישער יישובֿ אין ארץ ישראל איז געווען שטאַרק בייז, און האָט געדרונגען צו אויפֿשטעלן אַן אונטערזוך צו באַקוקן די סיבּות פֿון דעם אינצידענט, אָבער דער בריטישער אַרמיי האָט זיך גע'עקשנ'ט צו צוריקהאַלטן עס.

דאָס אומקערן פֿון די לאַגערס פֿאַר'ן אויפֿקום פֿון מדינת ישראל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אַנטלויפֿונג: במשך אַלע פֿיר יאָר אין תּפֿיסה, די געפֿאַנגענערס האָבן פּלאַנירט אַכט אַנטלויפֿונגען וואָס זענען דורכגעפֿירט, ס'רובֿ פֿאַלן נישט געלונגענדיק.

פֿריַילאָזונג: סע זענען געווען פֿאַלן וואָס די געפֿאנגענערס זענען פֿריַיגעלאָזט פֿון די לאַגערס, צוליב אַ געזונטלעכע פּראָבלעם.

אפֿילו מיט די כּוונה צו אָפּלאָזן ארץ ישראל אין 1947, די בריטן האָבן נאָך געצווייפֿלט צו אומקערן די געפֿאנגענערס.

אפֿילו נאָך דעם אויפֿקום פֿון מדינת ישראל, די בריטן האָבן אָפּגעהאַלטן מיטן אומקערן פֿון די געפֿאַנגענערס קיין מדינת ישראל. זיי האָבן יאָ אויפֿגעהאָנגען אַ ישראלישער פֿאָן אויפֿן לאַגערס מאַסט און אַוועקגענומען די גראַטעס.

דער הערשער פֿון קעניע האָט שטאַרק געצוואונגען די בריטן צו אַרויסשיקן די געפֿאַנגענערס פֿון זיַין לאַנד צוליב אַ פּחד פֿון געוואַלדיקע אויסבראָכן אין די לאַגערן.

דעם ניינטן יולי, אַ שיף איז געזעגלט מיט די פֿאַרשיקטערס קיין מדינת ישראל, און איז אָנגעקומען נאָך דריַי טעג. זיי זענען נישט אָנגענומען אין מדינת ישראל מיט אַ צערעמאָניע, אָבער זיי זענען גליַיך געשיקט צום קאַמף אין די ישראל'ס אומאָפּהענגיקייט'ס מלחמה.

  • שולמית אליאש, גלות און לחי גלות, בר-אילן אוניווערסיטעט פרעסע, רמת-גן, 1996.
  • יעקב מרידור, דער לאַנגער וועג צו פרייהייט, אחיאַסאַף פאַרלאַג, ירושלים, 1956.