לדלג לתוכן

ווער האט אינקרימינירט ראדזשער ראביט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דזשעסיקע ראביט)
ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט
Who Framed Roger Rabbit
באזירט אויף"ווער האָט צענזורירט ראָדזשער ראַביט?" פֿון גערי קיי. וואָלף
רעזשיסארראָבערט זעמעקיס
פראדוצירערפֿרענק מאַרשאַל
ראָבערט וואטס
סצענארשרייבערדזשעפֿרי פּרײַס
פּיטער ס. סימען
אקטיארןבאָב האָסקינס
קריסטאָפֿער לויד
סטאַבי קיי
דזשאָאַנאַ קעסידי
שטימע אקטיארןטשאַרלס פֿלײַשער
קאַטלין טערנער
לו הירש
דייוויד לענדער
פֿרעד ניומען
דזשון פֿאָריי
מוזיקאַלאַן סילוועסטרי
רעדאקטירונגאַרטור שמידט
סטודיאאַמבלין ענטערטיינמענט
וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס
סילווער סקרין פילמען III
טאַטשסטאָן פֿילמען
פארשפרייטערבוענאַ וויסטאַ פֿילמען
פארשפרייט22סטן יוני 1988
לענג104 מינוטן
לאנדפֿאַראײניקטע שטאַטן
שפראךענגליש
בודזשעט$70 מיליאָן
הכנסות$329,803,958

ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט אָדער ווער האָט באַשולדיקט ראָדזשער ראַביט (ענגליש: Who Framed Roger Rabbit) איז אַן אַמעריקאַנישער פֿאַנטאַזיע-קאָמעדיע-נואַר פֿילם פֿון 1988. די געשיכטע פּאַסירט אין לאָס אַנדזשעלעס אינעם יאָר 1947. דער פֿילם איז באַזירט אויפֿן ראָמאַן "ווער האָט צענזורירט ראָדזשער ראַביט?" פֿון גערי קיי. וואָלף. ער איז רעזשיסירט געוואָרן דורך ראָבערט זעמעקיס און באַפֿרײַט געוואָרן דורך טאַטשסטאָן פֿילמען. דער פֿילם נוצט אַנימאַציע צוזאַמען מיט פֿילמירטע אַקטיאָרן, און באַווײַזט דירעקטע אינטעראַקציעס צווישן קאַרטון כאַראַקטערן און אמתע מענטשן.

אין 2016 איז "ווער האָט אינקרימינירט ראָדזשער ראַביט" דערווײַלט געוואָרן דורכן קאָנגרעס ביבליאָטעק פֿאַר קאָנסערוואַציע אינעם נאַציאָנעלער פֿילם רעגיסטער פֿון די פֿאַראײַניקטע שטאַטן.

אין אַן אַלטערנאַטיווע רעאַליטעט אין וועלכע קאַרטון כאַראַקטערן (וואָס הייסן נאָר "טונען") עקזיסטירן צוזאַמען מיט מענטשן, דאַרף אַ מענטשלעכער דעטעקטיוו העלפֿן אַן אַנימירט קיניגל מיטן נאָמען ראָדזשער וואָס ווערט צופֿעליק באַשולדיקט אין מאָרד.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ווער האט אינקרימינירט ראדזשער ראביט

"ווער האט אינקרימינירט ראדזשער ראביט" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)