דושינסקיא
קהל ומוסדות בית יוסף צבי דושינסקיא איז א קהלה אריגינאל געגרינדעט אין ירושלים גערופן אויפן נאמען פון איר גרינדער הרב יוסף צבי דושינסקיא זצ״ל גאב״ד עדה החרדית.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען הרב יוסף צבי דושינסקיא רב און ראש ישיבה אין חוסט איז געווארן ערוועלט אלס ירושלים'ער רב איז ער מיט געקומען מיט א טייל פון זיינע תלמידים. אזוי אויך זענען געקומען לערנען בחורים און אינגעלייט מתמידים פון ירושלים און צוגאב זענען אויך געקומען צו פארן תלמידים פון איבער די וועלט זייענדיג א הויכער סטאטוס ישיבה. אזוי איז געגרינדעט געווארן די ישיבה וואס איז מיט דער צייט אויסגעשטיגן אלס א פולאקמער קהלה ומוסדות מיט אלע באדערפענישן. נאך הרב יוסף צבי ווען ער איז אוועק פון דער וועלט האט איבער גענומען די פירערשאפט זיין זון הרב ישראל משה דושינסקיא שפעטערדיגער ירושלים׳ער רב. זייענדיג אונטער די פירערשאפט פון אזוינע אריות שבחבורה זענען ארויסגעקומען פון דארטן גרויסע תלמידי חכמים און די ישיבה האט קונה שם טוב געוועזן און נאך ביז היינט קומען ארויס פון דארטן גרויסע תורה לייט.
היינט צוטאגס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז בהמשך הזמן ארויסגעקומען גאר אסאך רבנים אין אישי הציבור פון די ישיבה פאלגנד איז א טיילווייזער ליסטע:
- הרב אברהם לייטנער מאנטעווידעא.
- הרב ברוך מילער ראש הכולל קרית יואל.
- אדמו״ר צבי הירש ראזנבוים, [[קרעטשניף (הויף)|קרעטשניף).
- הרב אהרן מרדכי רוטנער.