לדלג לתוכן

דוד פראנד

פֿון װיקיפּעדיע
דוד פראנד
קיין פריי בילד
געבורט 1942 (אלט 83 בערך)
כ"ט תשרי תש"ג
מארסיי, פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט לאנדאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי דוד פראנד (געבוירן דעם 10טן אקטאבער 1942) איז אַ חרדישע פערזעליכקייט, מחבר און קהילה פירער אין לאנדאן. ער איז באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון די ספרים קול דודי, און איז געווען יארן לאַנג דער ראש הקהל פֿון דער לאנדאנער "התאחרות קהילות החרדים".

רבי דוד פראנד איז געבוירן געווארן כ"ט תשרי תש"ג אין מארסיי, פֿראַנקרייך, אינמיטן דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז דער זון פֿון ר' יהודה לייביש הלוי פראנד (רובינפעלד) און מרת מרים (לעפלער). נאָכן חורבן האָט זיך די משפּחה באַזעצט אין ניצאַ, פֿראַנקרייך.

אין יוגנט האָט ער געלערנט אין ישיבת חכמי צרפת אין עקס־לע־בען, ביי הרב חיים יצחק חייקין און הרב יצחק וואַסערמאַן. שפעטער האָט ער געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק.

ער האָט געדינט אלס רב און ראש הכולל אין ניצאַ, און דערנאָך האט ער עמיגרירט קיין לאנדאן, וווּ ער האָט געדינט איבער דרייסיק יאָר ווי ראש הקהל פֿון "התאחרות קהילות החרדים". ער איז שטארק טעטיק אין כשרות, מיסד געווען בתי הוראה, אין האָט געגרינדעט די בית הבראה "בית ברכה".

רבי דוד פראנד האָט מחבר געווען די ספרים קול דודי, וואָס באהאדנלט סוביעקטן אין הלכה, תלמוד און רמב"ם. צווישן זיי:

קול דודי – אורח חיים

קול דודי – ברכות ומועד

קול דודי – חושן משפט

קול דודי – חלה

קול דודי – כריתות

קול דודי – מקואות

קול דודי – נזיקין

קול דודי – נשים

קול דודי – סוטה

קול דודי – על התורה, מועדים והגדה של פסח

קול דודי – קדשים וטהרות

קול דודי – ראש השנה

קול דודי – רמב"ם

קול דודי – שבועות