דוב בער מייזלס

פֿון װיקיפּעדיע
הרב דוב בעריש מייזלס
געבורט 1798
ה'תקנ"ח
שטשעקאטשין, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 מערץ 1870 (אלט 72 בערך)
י"ד אדר ב' (פורים) ה'תר"ל
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישער בית עולם אין ווארשע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פוילן, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב דוב בעריש מייזלס אין תר"א

הרב דוב בעריש מייזלס (ה'תקנ"ח, 1798י"ד אדר ב' (פורים) ה'תר"ל, 17טן מערץ 1870) איז געווען אב"ד פון קראקע פון תקצ"ב און דערנאך אב"ד פון ווארשע פון תרט"ו. ווען ער איז געווען אין קראקע, וואס איז דענטסמאל געווען אין דער עסטרייכער אימפעריע) איז ער געווען טעטיק אין פאליטיק און האט געדינט ווי א סענאטאר אין דער פארלאמענט אין ווין.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דוב בעריש איז געבוירן אין שטעקאטשין אין תרנ"ח, דער זון פון הרב יצחק מייזלס, אב"ד פון ליטוויש ביאלע. ער האט געהייראט די טאכטער פון דעם גביר שלמה בארנשטיין. ער האט זיך באזענצט אין קראקע וואו ער איז געווען א באנקיר און א רב. אין תר"ה האט דער קראקעווער שטאטראט געוואלט בויען א געביידע איבער דעם אלטן בית עולם. הרב מייזלס האט געלייגט א שטארקע מחאה, און ענדליך זענען די פלענער מבוטל געווארן.

אין תרט"ו האט מען אויפגענומען הרב דוב בעריש ווי רב פון ווארשע, וואס איז דעמאלסט געווען אונטער דער רוסלענדישער אימפעריע. ביי דער פוילישער רעוואלוציע אין תרכ"א האט ער געשטיצט די פאלאקן. ווען דער אויפשטאנד איז אונטערגעגאנגען האבן די רוסן אים ארעסטירט און פארטריבן פון ווארשע. מען האט אים פארבעטן קומען קיין לאנדאן, ענגלאנד, אבער אין תרכ"ב האט מען אים געבן ערלויבניש צוריקקומען אין ווארשע. ער איז געבליבן אין ווארשע ביז זיין פטירה אין תר"ל.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב דוב בעריש האט געהאט צוויי זין. זיין זון ישראל איז געווען א דיין אין קראקע און רב אין שעדליץ. זיין זון שלמה האט געוואוינט אין ווין. טייל פונעם פוילישן צווייג זענען אריבער אין בעלגיע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. רוב פון זיי זענען אומגעקומען. די פאמיליעס פון די געבליבענע וואוינען היינט אין אמעריקע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דוב בער מייזלס