דוב בעריש פראמער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב דוב בעריש פֿראָמער
שער בלאט פון "דברי צדיקים"
שער בלאט פון "דברי צדיקים"
געבורט אומבאקאנט
קשאנאוו
טויט 18 דעצעמבער 1837
כ' כסלו תקצ"ח עריכת הנתון בוויקינתונים
קבורה ארט אשפעצין עריכת הנתון בוויקינתונים
באלאנג פוילישע רבנים
באשעפטיגונג ש״ס, הלכה, חסידות, מוסר
זיינע רביס דער חוזה פון לובלין, רבי שלמה קשאנאווער
חיבורים דברי צדיקים
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

רבי דוב בעריש פראָמער פון אשפעצין (נפטר כ' כסלו ה'תקצ"ח, 18טן דעצעמבער 1837) איז געווען א חסידישער רב און אן אדמו"ר אין דעם שטעטל אשפעצין אין במערב גאליציע. ער איז געווען א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל קשאנאוו צו זיין פאטער משה און זיין מוטער הענדל. ער האט געלערנט הלכה און גמרא ביי רבי שלמה באכנער פון קשאנאוו, און נסתר האט ער געלערנט פונעם חוזה.‏[1] ער ווערט גערעכנט דער חשוב׳סטער תלמיד פון רבי שלמה קשאנאווער.

דערנאך האט איינער פון די גבירים אין אשפעצין אים געבעטן ווערן דער מלמד פון זיין זון, און ער האט זיך געצויגן אהין.‏[1] עס האט זיך געמאכט א מאל ווען רבי עקיבא אייגער איז געווען אין אשפעצין און רבי דוב בעריש איז געווען דער איינציגער וואס האט געענטפערט א קשיא זיינעם, און פון דעמאלסט זענען זיי געווארן ידידים.


תולדות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. a b חיים וולנרמן, אביעזר בורשטין ושמעון גשורי, ספר אושפיצין, ירושלים, 1977, עמ' 95