דאס ים-מיידעלע (1989 פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
The Little Mermaid logo.svg

דאָס ים-מיידעלע אדער דאָס יונגע ים-מיידל (ענגליש: The Little Mermaid) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1989 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס. ער איז באזירט אויפן מעשה מיטן זעלבן נאמען.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער פילם איז וועגן א ים-מיידל פּרינצעסין מיטן נאמען אריאל. זי און איר בעסטער פֿריינד, א פיש מיטן נאמען פֿלאַונדער, אויספֿאָרשן דער אָקעאַן זוכנדיק פֿאַר מענטשלעכע זאכן. זיי רעדן מיט אַ מעווע מיטן נאמען סקאַטל, וואס מסביר זייַן אלץ וואס זיי געפֿינען (אבער נישט פּינקטלעך). אריאל וויל נישט צו לעבן אין דער ים און וואונטשט צו לעבן אויף די טריקעניש, וואו עס זענען דא מענטשן. איין טאג זעט זי א שיף פון די מענטשן און טרעפט מיט א פּרינץ מיטן נאמען עריק און ראַטעוועט אים פון דערטרינקען ווערן. ווען אריאל'ס פֿאָטער, קעניג טריטאָן, געפֿינט אַז זי האט געראַטעוועט א מענטש פון דערטרינקען ווערן, ער צעשטערט אלע די זאכן זי האט געזאַמלט. דערנאָך, צוויי שלאַנגען-פֿיש מיט די נעמען פֿלאָצאַם און דזשעצאַם זאגן אריאל וועגן א ים-מכשפֿה מיטן נאמען אָרסולאַ. זיי זאגן זי אַז אָרסולאַ קען רעאַליזירן אירע חלומות. פֿלאָצאַם און דזשעצאַם נעמען אריאל צו אָרסולאַ'ס נאָרע, אין וועלכער זי האט פֿליסיקע כּישופים. זי נוצט איר כּישוף צו מאַכן אריאל מענטשלעך פֿאַר פּונקט ווי דריי טעג, פֿאַר איר שטימע. צו בלייבן מענטשלעך דארף אריאל קושן פּרינץ עריק, אַנדערש זי וועט ווערן ווידער א ים-מיידל און ווערן שייך צו אָרסולאַ. עריק באַװייַזט אריאל זיין פּאַלאַץ און העלפט זי צופּאַסן זיך. דער צווייטער טאג, סעבאַסטיאַן דער קרעפּס גרופּירט די אנדערע ימיקע בעלי חיים און זיי זינגען "קושן דאָס מיידל" מיט די האָפֿענונג אַז עריק וועט קושן אריאל. דער פּלאַן איז כמעט מצליח זייַן, אבער פֿלאָצאַם און דזשעצאַם מאַכן דאָס שיפֿל זינקען. אָרסולאַ נוצט אריאל'ס שטימע צו ווערן א שיינע מיידל מיטן נאמען וואַנעסאַ. זי באַכישופֿט עריק צו מאַכן אים פֿאַרגעסן אריאל. איבער מאָרגן געפֿינען אַלע אַז עריק איז חתונה האָבן, און אריאל איז זייער אומעטיק. סקאַטל געפֿינט אַז דאָס מיידל מיט וועלכע וועט עריק חתונה האָבן איז אָרסולאַ אין א פֿאַרמאַסקירונג. ער וואָרנט אריאל און מצליח זיין צו שטערן די חתונה. דער מושל וואס אָרסולאַ טראַגט קראַכט און אריאל'ס שטימע צוריקקומט. זי פּראָבירט צו קושן עריק, אבער ס'איז די זון-אונטערגאַנג און זי ווערט ווידער א ים-מיידל. אָרסולאַ אָפֿורירט צו לאָז אריאל גיין אויב טריטאָן זי פֿאַרבייַט. טריטאָן מסכּים זייַן און ווערט געמאַכט א פֿלאַנץ. מיט הילף פון סעבאַסטיאַן און פֿלאַונדער, פּרינץ עריק און אריאל צעטרעטן אָרסולאַ. אָרסולאַ שטאַרבט און אלע די פֿלאַנצן ווערן ווידער ים-מיידלעך. לסוף, קעניג טריטאָן רעאַליזירט אריאל'ס וואונטש, און זי איז דערלויבט צו חתונה האָבן מיט פּרינץ עריק.