דאנקערווארט
| |||||||||||||||
דאנקערװארט ( האלענדיש : Donkervoort Automobielen BV) איז א האלענדישער פאבריקאנט פון לייכטע, האנט-געבויטע ספארט אויטאס. די קאַר מאַרקע איז געגרינדעט געווארן אין 1978 דורך יאָפ דאנקערװארט. אין אָנפֿאנג האט די פירמע גענוצט פארד מאטארן. אין 1996 האבן זיי געטוישט די מאטארן צו אאודי מאטארן. דאנקערװאָרט'ס מאטא איז "קיין קאמפראמיס נישט" - פארן אן עלעקטראנישע הילף ווי ABS (אנטי-לאק ברעמזע־סיסטעם), עלעקטראנישע סטאביליטעט פראגראם (ESP) אדער קראַפֿט־קערעווען.
יאָפ האָט געגרינדעט די פֿירמע ווי אַן אימפארטירער פון קיט אויטאס אין 1978, אָבער נאָכדעם וואָס ער האָט אַנטדעקט אַז ער דאַרף מאַכן באַדייטנדיקע מאדיפֿיקאַציעס צו מאַכן די קיט מאַשינען וועג-לעגאַל, האָט ער אָנגעהויבן בויען די ערשטע S7 אויטאס ניצנדיק אַ פלאַן געארבעט פון די לאטוס זיבן אין אַ זאפאס אין טינהאווען.[1] [2] אין 1983, האט די דאנקערווארט פֿירמע זיך אריבערגעצויגן צו אַ גרעסערע פּראָדוקציע איינריכטונג אין לאסדרעכט, און דערנאָך אין 2000 אריבערגעצויגן צו זיין איצטיקן הויפטקוואַרטיר און פאַבריק אין לעליסטאַד.[3] שאַסי פראָדוקציע, פֿריער געהאַנדלט דורך אַן דרויסנדיגן פֿאַרזארגער, האט מען אריינגעברענגט אין-הויז אין 2003.[3]
די פֿירמע פֿאַרקויפֿט אויטאס אין אייראפע, צפון אמעריקע, ישראל[4] און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן . ווייניג פון דער פֿירמע'ס אויטאס האבן דערגרייכט ישראל.[5]

וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- ↑ Willemsen, Jeroen (November 13, 2009). Car Builder >> Donkervoort.
- ↑ Johnson, Owen (February 8, 2022). 10 Things We Just Learned About Donkervoort.
- 1 2 From the Beginning.
- ↑ מוסטער:קישור כללי
- ↑ מוסטער:ספורט 5
