דאמבא (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Dumbo Logo.png

דאמבא (ענגליש: Dumbo) איז א 1941 אנימירטער פילם פראדוצירט דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט צום ערשטן מאל דעם 23סטן אקטאבער 1941 דורך RKO ראדיא פילמען. "דאמבא" איז באזירט אויף א קינדער בוך מיטן זעלבן נאמען פון העלען עיבערסאן מיט אילוסטראציעס פון האראלד פערל, און איז דער פערטער פילם אין די וואלט דיזני אנימירטע קלאסישן סעריע. דער הויפט כאראקטער איז דזשאמבא דזשוניאר, א בעיבי העלפאנד וואס איז צונעמענישט "דאמבא". ער איז כויזעקט פאר זיינע גרויסע אויערן, אבער ער פארמאגט די טאלאנט צו זיי נוצן אלס פליגלען צו פליען.