האגווארץ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גריפינדאר)
דער האָגוואָרץ שלאָס רעפּליקע ביי "דער כישוף-וועלט פֿון האַרי פּאָטער"

האָגוואָרץ שול פֿון כישוף-מאַכערייַ און צויבערייַ (ענגליש: Hogwarts School of Witchcraft and Wizardry) איז אַ פיקטיווע שולע אין דער "האַרי פּאָטער" סעריע פֿון דזשיי.קיי. ראָלינג. זי איז אַ כישוף שולע פֿאַר מכשפים און מכשפות פֿון עלף יאר אלט ביז זיבעצן, וואס וואוינען אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך אדער אין דער רעפובליק פֿון אירלאנד.

האגווארץ הייזער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גאלדנגריף[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גאָלדנגריף (אריגינעל: גריפֿינדאָר, Gryffindor) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך גאָדריק גראַנד גאָלדנגריף, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער גריף, און זיינע קאלירן זענען סקארלעט און געל/גאלד געל. כמעט-קיין-קאפ-ניק איז דאס הויז געשפּענסט. די גאָלדנגריף מיטגלידער קאָנקורירן מיט סאַמדערין אין שטענדיק.

ליסטע פֿון באַקאַנטע גאָלדנגריף סטודענטן:

האפלפאף[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

האָפֿלפּאָף (האַפֿלפּאַף, Hufflepuff) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך העלגאַ האָפֿלפּאָף, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער וויזלטיר, און זיינע קאלירן זענען שווארץ און געל. דער דיקער פֿרײַאַר איז דאס הויז געשפּענסט.

ראבנקרעל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ראָבנקרעל (רייוונקלאָ, Ravenclaw) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך ראָונאַ ראָבנקרעל, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער אָדלער, און זיינע קאלירן זענען בלוי און בראנדז. די גרויע פרוי איז דאס הויז געשפּענסט.

ליסטע פֿון באַקאַנטע ראָבנקרעל סטודענטן:

  • ראָנאַ רייוונקלאָ
  • העלענע רייוונקלאָ
  • גילדרוי לאָקהאַרט
  • טשאָ טשענג
  • לונאַ לאַווגוד
  • יוריק דער מאָדנער
  • מירטל
  • אָליוואַנדער
  • פּאַדמע פּאַטיל
  • טערי בוט
  • מייקל קאָרנער
  • קווירינוס קווירל

סאמדערין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סאַמדערין (סליטערין, Slytherin) הויז איז געגרינדעט געווארן דורך סאַלאַזאַר סאַמדערין, נאך וועמען עס הייסט. זיין סימבאל (בעל חי) איז דער שלאנג, און זיינע קאלירן זענען גרין און זילבער. דער בלוטיקער באַראָן איז דאס הויז געשפּענסט.

ליסטע פֿון באַקאַנטע סאַמדערין סטודענטן:

  • די בלאַק משפחה (א חוץ סיריוס בלאַק און נימפֿאַדאָרע טאָנקס)
  • ווינסענט קראַב
  • גרעגאָרי גויל
  • בעלאַטריקס לעסטריינדזש - דראַקאָ'ס טאנטע
  • דראַקאָ מאַלפֿוי
  • לוציוס מאַלפֿוי - דראַקאָ'ס פאטער
  • נאַרקיסאַ מאַלפֿוי - דראַקאָ'ס מוטער
  • פּענסי פּאַרקינסאָן
  • טאָם רידל / וואָלדעמאָרט
  • האָראַס סלאַגהאָרן - שולדירעקטאָר פֿון סאַמדערין (בוך 7)
  • סעווערוס סנייפּ - שולדירעקטאָר פֿון סאַמדערין (בוך 1 - בוך 6)
  • אנדראמעדא טאָנקס - דראַקאָ'ס טאנטע
  • מיליסענט בולסטראָד
  • דאָלאָרעס אַמברידזש

האגווארץ עקספרעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער לאָקאָמאָטיוו פֿונעם האָגוואָרץ עקספּרעס אין די פילמען

דער האָגוואָרץ עקספּרעס איז די באן וואס פֿירט די האָגוואָרץ סטודענטן אין דער שולע.

די באן פארט ארויס יעדע יאר דעם 1טן סעפטעמבער 11 ביינאכט. איר ארויפשטייג־סטאנציע איז קינגס קראס, בייַ פּעראָן ¾9 (נייַן און דריי פֿערטל). די באן קומט אן צו האָגסמיד סטאנציע, פֿון וועלכער די סטודענטן גיין צו דער שלאָס אין וואגאנען געשלעפט דורך טעסטראָלן. ערשטיאָרלערס קומען אין דער שלאָס אריבער דער שווארצער אזערע אין שיפלעך מיטן הילף פון האַגריד.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האגווארץ