גרינע ליניע (ירושלים)
| גרינע ליניע (ירושלים טראמוויי) הקו הירוק | |
| אינפֿא | |
|---|---|
| טיפ | טראַם־ליניע |
| לאקאציע | ירושלים |
| צאל סטאנציעס | 42 |
| אפעראציע | |
| געעפנט | מערץ 2026 |
| פארוואלטער | {{{פארוואלטער}}} |
| טעכניש | |
| ליניע-לענג | 20.2 ק״מ |
די גרינע ליניע איז א צוקונפטיגע לייכטע באן ליניע, וואס מען ערווארטעט וועט זיין די צווייטע טראַם־ליניע אין ירושלים . די ליניע וועט פֿארבינדן דעם גילה געגנט אין דרום פון דער שטאט מיטן פראנצויזישן בערגל געגנט אין צפון. די נייע ליניע איז אומגעפֿער 20 קילאָמעטער לאַנג און וועט האָבן 42 סטאנציעס פֿאר פאסאזשירן. די ליניע וועט זיך פארבינדן צו דער עקזיסטירנדיקער רויטער ליניע ביים אריינגאנג צו דער שטאט, ביי דער בנייני האומה סטאנציע. מען ערווארטעט אז די ליניע וועט טיילווייז עפענען דעם 30סטן יאנואר 2026, ,[1] און די ליניע וועט זיין אינגאנצן פארענדיגט אין 2027.[2] די קאסטן פון קאנסטרוקטירן די גרינע ליניע מיט אירע וואגאנען ווערט געשאצט אויף 10 ביליאן שקלים.[3]
| גרינע ליניע (ירושלים) | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רוטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די רוטע פון דער ליניע איז געפלאַנט זיך אויסשטרעקן פון דעם גילה געגנט ביי איר דרום עק ביזן פראנצויזישן בערגל און הר הצופים אין צפון.
די ליניע וועט פֿאַרבייגיין דב יוסף גאס, פת קנופ, הערצאג גאס, בייט איבערבייט, אריבערגיין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט קאמפוס אין גבעת רם, דעם אריינגאנג צו דער שטאט, אויף זלמן שזר בולעווארד, נארדוי גאַס, שרי ישראל גאַס, ירמיהו גאַס, בר-אילן גאַס, חטיבת הראל גאס, לוי אשכול בולעווארד, זלמן שרגאי גאס, צום קאמפוס פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט אויף הר הצופים .
אפצווייגן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ליניע איז כולל עטלעכע אָפצווייגן:
- גבעת שאול צווייג
אין 2014, איז באַשטעטיקט געוואָרן א מאַסטער פּלאַן פֿאַר דער גבעת שאול באַשעפֿטיקונג געגנט, וואָס וועט ווערן אַ הויפּט באַשעפֿטיקונג צענטער אין דער שטאָט, אַ פֿאָרזעצונג פֿון דער שטאָט־אַריינגאַנג געגנט און וועט ווערן געשטיצט דורך אַ פֿאַרלענגערונג פֿון דער לייכטער באַן.[4] די פֿאַרלענגערונג, אַרום 2 קילאָמעטער לאַנג, לויפֿט פֿון דער בן דור קנופ אויפֿן הערצל בולעוואַר, לענגאויס כנפֿי נשרים גאַס ביזן טראַנספּאָרט טערמינאַל ביים אַריינגאַנג צו הר נוף, און איז אָריגינעל געפּלאַנט געוואָרן ווי אַ פֿאַרלענגערונג פֿון דער רויטער ליניע.[5] שפּעטער איז באַשלאָסן געוואָרן צו אינטעגרירן אים ווי אַ טייל פֿון דעם גרינער ליניע פּלאַן, אַז די רוטע טיילט זיך מיט דער רויטער ליניע אין דעם אָפּטייל פֿון נווה יעקב ביז אמוניציע בערגל און פֿון דאָרט ווייטער אויף דער גרינער ליניע'ס רוטע ביז הערצל בולעוואַר, וואו זי שפּאַלט זיך אין גבעת שאול ביזן הר נוף טראַנספּאָרט טערמינאַל. די אַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין יוני 2019. בעת דער אַרבעט האט מען פֿאַרביטן פֿאַרשידענע אינפֿראַסטרוקטורן, דער עפֿנטלעכער אָרט איז פֿאַרברייטערט געוואָרן, און לייכטע באַן ליניעס זענען צוגעגעבן געוואָרן.
- מלחה צווייַג
די פארלענגערונג האט אנגעהויבן אלס א פלאן פאר א צווייטראַנגיקע ליניע וואס זאל פארבינדן די צוויי קאמפוסן פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט פון הר הצופים דורך אמוניציע בערגל ביז יפו גאס און ווייטער קיין גבעת רם (פֿריער באקאנט אלס די "אראנזשע ליניע" און אויך די "קאמפוסן ליניע" איידער מען האט באשלאסן צו פארלענגערן זי ביזן מלחה ספארט צענטער) און פון דארטן דרום ביז דב יוסף גאס לעבן דעם פת געגנט אויף א געמיינזאמען וועג מיט דער בלויער ליניע, וואו די פארלענגערונג צעטיילט זיך לעבן דעם ספארט צענטער (טעדי סטאדיום, מלחה טעניס צענטער און פיס ארענע) (טיילווייז אין א טונעל אונטערן אלמליח פאַרק), פארבייגייען דעם מלחה איינקויף מאל און דעם נאנטן טעכנאלאגיע פארק און ענדיגט זיך לעבן דער מלחה באן סטאנציע. שפעטערע פלאנירונג האט פֿארגעשלאָגן צו ענדיגן דעם טייל ביי אמוניציע היל ווייל אנדערע לייכטע באן ליניעס פון דער געגנט וועלן דערגרייכן הר הצופים, דהיינו די גילה פארלענגערונג פון דער גרינער ליניע, און די בלויע ליניע פון קטמונים ביז הר הצופים. דער יעצטיגער פלאַן פאר דער פארלענגערונג איז צו ענדיגן ביי דער הטורים סטאנציע פון דער רויטער ליניע, אזוי אז זי וועט אין פֿאקט בעיקר פארבינדן די טראנספארטאציע צענטערן ביים אריינגאנג צו דער שטאט און גבעת רם צו מלחה. א דעפּאָ ווערט געבויט אין מלחה מיט פּלאַץ פֿאַר 102 וואַגאנען אויף צוויי שטאָקן און אַן אויסהאַלטן טערמינאַל.[6] די הטורים-מלחה אָפצווייג וועט זיין דער ערשטער טייל פֿונעם "גרינע ליניע" פּראָיעקט צו ווערן געעפֿנט, און איז פּלאַנירט צו אָנהייבן אַרבעטן שוין דעם 30סטן יאַנואַר 2026.[7]

- ארמון הנציב צווייג
א נייע רוטע, דערווייל גערופֿן די "ראזע ליניע", איז געמיינט אויסנוצן די עקזיסטירנדע שינעס צו שאַפֿן א ליניע פון הר נוף קיין ארמון הנציב. די רוטע לויפט אויף די שינעס פון דער העל־גרינער ליניע דורך גבעת שאול, וואו זי גייט אריבער צו די גרינע ליניע רעלסן אדורך גבעת רם ביזן פת קנופ, און ווייטער גייט זי אריבער צו די "בלויע ליניע" רעלסן פון פת קנופ ביז דער תלפיות אינדוסטריעלער זאנע ביז חברון גאס, און פון דארט ביז אשר ווינער גאס ביז ארמון הנציב.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אינפראסטרוקטור ארבעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דעם 28סטן מאי 2018, האט מען געלייגט די ווינקלשטיין און די אינפֿראַסטרוקטור אַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַר דער גרינער ליניע בײַם פת קנופ צו שאַפֿן אַ גראַד צעשיידונג און זינקען פֿון דעם הערצאָג-גאָלאָמב וועג אָפּטייל, אויף א לענג פֿון 50 מעטער, כּדי צו דערמעגלעכן פֿאָרן גלייך צווישן הערצאָג גאַס און גאָלאָמב גאַס. אין יוני 2019, האָט זיך אָנגעהויבן די אַרבעט אין דער גילה געגנט. אין נאָוועמבער 2019, האָט זיך אָנגעהויבן די אַרבעט אין גבעת שאול. אין מאי 2020, האָט מען אָנגעהויבן די אַרבעט אויף בר-אילן גאַס. אין יולי 2020, האָט זיך אָנגעהויבן די אַרבעט אין די רמת אשכול און מעלות דפנה געגנטן.
אין יוני 2021 האט מען פֿארענדיגט די קאנסטרוקציע פון דער גראד צעשיידונג ביים פת קנופ. אין אקטאבער 2021 האט מען פֿארענדיגט קאנסטרוקטירן א טונעל בערך 240 מעטער לאנג, לעבן דער ארענע, דורך וועלכן וועט דער טראַמוויי אדורכגיין אלמליח פאַרק, אויפן נידעריגערן שטאק, און פארן אויף דער נייער בריק געבויט ביים ברעג פונעם פארק, ביז זי פארבינדט זיך מיט דוב יוסף גאס.[8]
אין דעצעמבער 2024, לויטן 2023 איינארדענונגען געזעץ, האט די טראנספארטאציע אויטאריטעט אנגעהויבן ארויסגעבן די גרינע ליניע ארבעט צייטפלענער. אין פֿערטן קווארטאל פון 2024, איז געזאגט געווארן אז די אינפראסטרוקטור ארבעט (אינפֿרא 1) איז געענדיגט געווארן אנטלאנג די גאנצע ליניע. אין דעם אפטייל צווישן דער טורים סטאנציע און מלחה, איז דאָס לייגן פון די שינעס (אינפֿרא 2) געענדיגט געווארן און די ערווארטעטע עפֿענונג פון דעם אפטייל איז מערץ 2026, מיט טעסט פֿארן געפלאנט צו אנהייבן אין יאנואר 2026. די גאנצע ליניע, אריינגערעכנט די אפטיילונגען אין ירמיהו, בר-אילן, גבעת שאול און גילה, איז געפלאנט צו עפֿענען אין דעצעמבער 2026.
צווייטיקע ליניעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאַמפּוסן ליניע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א צווייטיקע ליניע וואס וועט פֿארבינדן די צוויי קאמפוסן פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט פון הר הצופים דורך אמוניציע בערגל ביז יפו גאס און פון דארטן קיין גבעת רם און דעם ספארט קאמפלעקס אין מלחה.
די העל גרינע ליניע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט ירושלים מוניציפאליטעט אויסגאבעס, איז פלאנירט צו אפערירן א צווייטיקע ליניע וואס וועט נוצן די אינפראסטרוקטור פון דער גרינער ליניע און דער רויטער ליניע, וואס וועט פארן אויף דער רויטער ליניע רוטע צווישן נווה יעקב און פסגת זאב און דעם פראנצויזישן בערגל ביזן אמוניציע בערגל, און פון דארט אויף דער גרינער ליניע רוטע וואס וועט דורכגיין רמת אשכול און רוממה און לעבן דער ירושלים באן סטאנציע, זיך אפצווייגן דערפון קיין קרית משה, גבעת שאול און ענדיגן לעבן הר נוף. די לענג פון דער ליניע איז 13 קילאָמעטער און שליסט איין 25 סטאַנציעס.
דרויסנדיקע לינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די גרינע ליניע, אויף דער וועבזייטל פון טראַנספּאָרטאַציע מאַסטער פּלאַן