גלות בבל
גלות בבל איז דער נאמען פאר דער תקופה אין דער אידישער היסטאריע ווען א גרויסער טייל פון די איינוואוינער פון מלכת יהודה זענען פארטריבן געווארן פון זייער לאנד און אריבערגעפירט געווארן קיין בבל דורך דער בבלישער מלוכה אונטער דער הערשאפט פון נבוכדנצר דער צווייטער. דאס גלות האט זיך אנגעהויבן מיט דער ערשטער פארטרייבונג אין יאר ג'שכ"ז, ווען דער קעניג יהויכין, זיין משפחה, די חשובע פערזענליכקייטן, און בעלי מלאכות זענען געפירט געווארן קיין בבל, און האט זיך פארענדיגט מיט דער ערלויבעניש פון כורש קעניג פון פרס אין יאר ג'ש"ץ, וואס האט ערלויבט די אידישע גולים צוריקצוקערן קיין ארץ ישראל און אויפצובויען דעם בית המקדש.
די תקופה ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע איבערקערענישן אין דער אידישער געשיכטע. צוליב דעם חורבן פון ירושלים און בית המקדש הראשון איז פארגעקומען א טיפע רוחניות'דיגע און געזעלשאפטליכע טוישונג אינעם לעבן פון כלל ישראל. אין דער צייט זענען זיך פארמירט געווארן וויכטיגע יסודות פון דער שפעטערדיקער אידישער קולטור, אריינגערעכנט א שטערקערער באדייט פון תורה לערנען, תפילה בציבור, און די אנטוויקלונג פון די בית הכנסת אלס א צענטער פון עבודת השם אין צייטן ווען איז נישט דא דער בית המקדש.[1]
דאס גלות איז פארגעקומען אין דער תקופה ווען די נייע בבלישע מלוכה האט איבערגענומען די הערשאפט אין דער נאנטער מזרח נאכדעם וואס די אשורישע אימפעריע איז צוזאמגעפאלן. די אידישע מלוכה פון יהודה איז געווארן אונטערטעניגט אונטער בבל, און נאך עטליכע מרידות קעגן דער בבלישער הערשאפט האט נבוכדנצר דער צווייטער חרוב געמאכט ירושלים, חרוב געמאכט דעם ערשטן בית המקדש, און אריבערגעפירט גרויסע טיילן פון דער באפעלקערונג קיין בבל.[2]
היסטארישער הינטערגרונט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אשורישע תקופה און די צעשפרייטונג פון ישראל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאַרן בבֿלישן גלות איז שוין דער צפון מלכות ישראל חרוב געווארן דורך דער ניי אשורישער אימפעריע אין יאר 722 פאר זייער ציילונג. די אשורישע קעניגן האבן פארשפרייט פילע איינוואוינער פון די צען שבטים איבער פארשידענע געגנטן פון מעסאפאטאמיע, און דאס האט געשאפן א פריערדיגע פארעם פון גלות צווישן די בני ישראל.[3]
אין יאר 701 פאר זייער ציילונג איז דער אשורישער קעניג סנחריב ארויסגעקומען קעגן ירושלים. דער קעניג חזקיהו פון יהודה האט איבערגעלעבט די אינוואזיע, און דאס האט געשאפן ביי אסאך פון די באפעלקערונג א שטארקע גלויבן אז ירושלים און הר ציון קענען קיינמאל נישט חרוב ווערן צוליב דער קדושה פון דעם בית המקדש און דער הבטחה וואס איז געווען פארבונדן מיט דער שטאט.[4]
אויפקום פון בבל און נבוכדנצר דער צווייטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער פאל פון נינוה אין יאר 612 פאר זייער ציילונג האט די ניי בבלישע מלוכה אונטער נבופולאסר און שפעטער זיין זון נבוכדנצר דער צווייטער איבערגענומען די הערשאפט פון דער נאנטער מזרח. בבל האט ערזעצט אשור אלס די הויפט אימפעריע אין דער געגנט און האט אנגעהויבן אויסברייטערן איר הערשאפט איבער ארץ ישראל.[5]
אין דער קאמף ביי כרכמיש אין יאר 605 פאר זייער ציילונג האט נבוכדנצר דער צווייטער באזיגט דעם מצרישן פרעה נכה דער צווייטער . דער נצחון האט געגעבן בבל די פולע קאנטראל איבער סיריע און ארץ ישראל, און דער קעניג יהויקים פון יהודה איז געווארן אינטערטעניגט צו בבל.[6]
די סיבות פארן גלות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט דער אידישער מסורה און די נביאים פון יענער תקופה איז דער חורבן געקומען צוליב עבירות פון די אידן, אריינגערעכנט עבודה זרה, אומגערעכטיקייט און נישט אפהיטן די מצוות התורה. נביאים ווי ירמיהו און יחזקאל האבן געווארנט אז אויב ירושלים וועט נישט תשובה טון וועט זי חרוב ווערן דורך בבל.[7]
אין דער אלטער נאנט מזרח איז געווען א געוויינליכע השגה אז א לאנד און אירע געטער זענען שטארק פארבונדן איינער מיטן אנדערן. א פאלק וואס איז באזיגט געווארן אין מלחמה האט אפט געזען דעם געווינער'ס גאט ווי דער שטארקער. דער חורבן פון בית המקדש האט דעריבער געשאפן א טיפע אמונה קריזיס, אבער די אידישע נביאים האבן ארויסגעוויזן אז דער אייבערשטער איז נישט באגרעניצט צו איין לאנד אדער איין פלאץ.[8]
דער סדר פונעם גלות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע פארטרייבונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ג'שכ"ד האט נבוכדנצר דער צווייטער באקומען די מלוכה פון בבל און נאכדעם וואס ער האט געשטארקט זיין הערשאפט נאך דער קאמף ביי כרכמיש, האט ער געצווינגען יהודה צו ווערן אונטערגעווארפן אונטער בבל. דער קעניג יהויקים פון יהודה האט געדינט אלס א פארטרעטער קעניג פון בבל, אבער אין יאר ג'שכ"ז, נאך א דורכגעפאלענע פרואוו פון נבוכדנצר צו באזיגן מצרים, האט יהויקים זיך אויפגעהויבן קעגן בבלישע הערשאפט.[9]
דערנאך איז נבוכדנצר דער צווייטער ארויפגעקומען מיט זיין מיליטער קיין ירושלים און האט אנגעהויבן א באלאגערונג קעגן דער שטאט. בשעת דער באלאגערונג איז דער קעניג יהויקים געשטארבן, און זיין זון יהויכין, וואס איז געווען אכצן יאר אלט, איז געווארן דער נייער קעניג פון יהודה.[10]
ב' אדר ג'שכ"ז האט יהויכין זיך אונטערגעגעבן פאר נבוכדנצר. דער בבלישער קעניג האט אריבערגעפירט קיין בבל דעם קעניג יהויכין, זיין משפחה, די הויפט באאמטע פון דער מלוכה, מיליטערישע פירער, בעלי מלאכות און ארום צען טויזנט געפאנגענע. נאכדעם האט ער געשטעלט צדקיהו, א פעטער פון יהויכין, אלס קעניג אין ירושלים אונטער דער בבלישער הערשאפט.[11]
דאס ערשטע גלות האט אריינגענומען בעיקר די עליטע פון יהודה, מענטשן וואס האבן געהאט וויכטיגע פאזיציעס אין מלוכה, מיליטער און האנטווערק. די בבלישע אימפעריע האט גענוצט די פארטרייבונג אלס א וועג צו שוואכן די פאליטישע און מיליטערישע כח פון אונטערגעווארפענע לענדער.[12]
די מרידה פון צדקיהו און דער חורבן פון ירושלים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך עטליכע יאר פון בבלישער הערשאפט האט צדקיהו, דער לעצטער קעניג פון יהודה, געשלאסן א בונד מיט מצרים אונטער פרעה חפרע און זיך אויפגעהויבן קעגן בבל אין יאר ג'של"ה. נבוכדנצר דער צווייטער האט רעאגירט מיט א מיליטערישן קאמפיין קעגן ירושלים.[13]
דעם י' טבת ג'של"ו האבן די בבלישע מיליטערישע כוחות אנגעהויבן א פולשטענדיגע באלאגערונג ארום ירושלים. די שטאט איז געווארן אפגעהאקט פון דרוסענדיגע עסנווארג און הילף, בשעת די בבלישע זעלנער האבן גענוצט באלאגערונג מאשינען, מויער ברעכערס און ערד בערגלעך צו דורכברעכן די מויערן.[14]
דעם ט' תמוז ג'של"ח האבן די בבלישע מיליטערישע כוחות דורכגעבראכן די צפון מויער פון ירושלים נעבן דעם מיטל טויער. אייננעמענדיג דעם שטאט נאך א לאנגע באלאגערונג.[15]
ז' באב איז נבוזראדן, דער הויפט איבער די מיליטערישע וואך פון נבוכדנצר און די בבליים זענען אריינגעקומען אינעם היכל און אנגעהויבן מטמא זיין און חרוב מאכן.
ט' באב ג'של"ח האט נבוזראדן, נאכן דארט זייין און חרוב מאכן דעם בית המקדש פון ז' באב עס אנגעצינדע און פארברענטאון עס איז געבליבן ברענען דעם גאנצן טאג ביז די זון איז אינטערגעגאנגען צומארגנס י' אב,
דערנאך האט ער גענומען די כלי קודש, חרוב געמאכט די מויערן פון ירושלים,און פארטריבן א גרויסן טייל פון די איבערגעבליבענע איינוואוינער פון יהודה קיין בבל.[16]
די דריטע פארטרייבונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א דריטע, קלענערע פארטרייבונג פון אידן קיין בבל. איז געקומען נאך דער מארד פון גדליה בן אחיקם, דער בבלישער גובערנאטאר פון יהודה, וואס איז געשטעלט געווארן צו פירן דאס לאנד נאכן חורבן.דאס איז פארגעקומען ראש השנה קנאפע צוויי חודשים נאכן חורבן בית המקדש.[17]
עס איז דא א צווייטע דעה אין חז"ל, ווי רבי שמעון בן יוחאי אין דער גמרא, וואס האלט אז ער איז געהרגעט געווארן צוויי יאר שפעטער, אין יאר ג'ש"מ[18]
דאס לעבן אין בבל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מצב פון די גולים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס לעבן פון די אידישע גולים אין בבל ווערט באשריבן אין פארשידענע מקורות אויף פארשידענע וועגן. און תהלים ווערט באשריבן דעם ווייטאג און בענקעניש פון די גולים, באזונדערס אין דעם פסוק "על נהרות בבל שם ישבנו גם בכינו בזכרנו את ציון", וואס איז געווארן א סימבאל פון דעם צער איבער דער פארלוירענער היימלאנד.
אבער ארכעאלאגישע און היסטארישע מקורות ווייזן אז דער לעבן אין בבל איז נישט געווען בלויז א מצב פון קנעכטשאפט און אומבאגרעניצטע ליידן. דאקומענטן פון בבל, אריינגערעכנט די אל יהודו טאבלעטן און דער ארכיוו פון דער משפחת מוראשו אין ניפר, ווייזן אז פילע אידישע משפחות האבן געהאט רעכטן פון אייגנטום, געשעפטן, לאנד און עקאנאמישע מעגליכקייטן.[19][20]
די משפחת מוראשו איז געווען א רייכע און באקאנטע געשעפטליכע משפחה אין ניפר. זייערע רעקארדן אנטהאלטן קאנטראקטן און פינאנציעלע דאקומענטן וואס באשרייבן פארשידענע פארמען פון הלוואות, לאנד באנוץ, געשעפטן און פארוואלטונג פון אייגנטום.[21]
ירמיהו'ס בריוו צו די גולים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער נביא ירמיהו האט געשיקט א בריוו צו די גולים אין בבל, אין וועלכן ער האט זיי געבעטן צו בויען הייזער, פלאנצן גערטנער און זוכן דעם שלום פון דער שטאט וואו זיי געפינען זיך. דער בריוו האט געגעבן דעם געדאנק אז אידן זאלן קענען היטן זייער אמונה און תורה אפילו ווען זיי לעבן ווייט פון ארץ ישראל.[22]
רוחניות'דיגע און קולטורעלע אנטוויקלונגען אין דער גלות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]תורה, כתבי קודש און שמירת הזהות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גלות בבל האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דער פארזאמלונג, אויסארבעטונג און איבערגעבונג פון גרויסע טיילן פון די כתבי קודש. אין דער צייט זענען פארשריבן געווארן און איבערגעארבעט געווארן וויכטיגע חלקים פון די נביאים און אנדערע ספרים, אריינגערעכנט ספר ירמיהו, יחזקאל און די חלקים פון ישעיהו וואס באשרייבן די נחמה און גאולה.
דער געברויך צו האלטן די נאציאנאלע און רוחניות'דיגע אידענטיטעט אין א פרעמדן לאנד האט געשטארקט דעם באדייט פון לערנען תורה, האלטן שבת און היטן די מצוות. די גלות האט דעריבער געשאפן נייע וועגן וויאזוי כלל ישראל קען לעבן אלס א פאלק אפילו אן דעם בית המקדש.[23]
די אנטוויקלונג פון בית הכנסת און תפילה בציבור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צוליב דעם וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן, איז מער נישט געווען מעגליך צו פירן די עבודת הקרבנות ווי פריער. אין גלות האבן זיך דעריבער אנטוויקלט נייע צענטערן פון עבודת ה', אריינגערעכנט פאר תפילה, קריאת התורה און לימוד התורה.
די בית הכנסת האט אנגעהויבן באקומען א גרעסערע ראלע אלס א פלאץ וואו אידן האבן זיך געקענט פארזאמלען, לערנען און האלטן זייער קשר מיט דער תורה. די אנטוויקלונג האט געהאט א השפעה אויף די שפעטערדיקע אידישע קהילות איבער דער וועלט.[24]
די ארמישע שפראך און אשורישער כתב
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א וויכטיגע קולטורעלע טוישונג וואס איז פארגעקומען אין דער צייט פון גלות איז געווען דער אריבערגאנג פון לשון הקודש אלס די איינציגע טאג טעגליכע שפראך צו א ברייטערן באנוץ פון ארמיש אין דער אדמיניסטראציע און טאג טעגליכן לעבן.
די אידן האבן אין דער בבלישער תקופה אנגענומען דעם פירעקעדיג אשורישן כתב פאר שרייבן. דער כתב, וואס איז געווארן דער באקאנטער כתב אשורית וואס ווערט גענוצט אין ספרי תורה און אידישע כתבים, האט זיך אויסגעפארעמט אין דער תקופה נאך דער גלות.[25]
דער באנוץ פון ארמיש האט ווייטער פארבליבן א וויכטיגע טייל פון דער אידישער שפראך וועלט, און א גרויס טייל פון די שפעטערדיקע ספרים און דאקומענטן זענען געשריבן געווארן אין ארמיש אדער מיט השפעה פון ארמיש.[26]
די פאל פון בבל און דער צוריקקער פון די גולים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער טויט פון נבוכדנצר און די שוואכונג פון בבל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כ"ה אדר ג'שס"ג איז נבוכדנצר דער צווייטער געשטארבן.און צוויי טעג שפעטער, כ"ז אדר האט אֱוִיל מְרֹדַךְ (אויך באקאנט אלס אמל מרדוך) וואס האט איבערגענומען די בבלישע מלוכה. ארויסגענומען יהויכין מלך יהודה פון תפיסה און אים געגעבן א באזונדערן כבוד און א קעניגליכע שטיצע אין בבל.[27]
די שפעטערדיקע בבלישע מלכים האבן נישט געקענט האלטן די שטארקייט פון דער אימפעריע אויף דער זעלבער מדרגה ווי נבוכדנצר. די פאליטישע שוואכונג פון בבל האט צוגעגרייט דעם וועג פאר דער אויפקום פון דער פערסישע אימפעריע אונטער כורש .
כיבוש בבל דורך כורש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דעם ט"ז תשרי ג'שפ"ט האט כורש דער צווייטער, מלך פרס, איינגענומען די שטאט בבל אן א גרויסער קאמף און געענדיגט די הערשאפט פון דער ניי בבלישער מלוכה.[28]
נאכדעם וואס די אכעמענידישע פרסישע מלוכה האט איבערגענומען בבל, האט כורש איינגעפירט א פאליטיק פון גרעסערער רעליגיעזער טאלעראנץ אין פארשידענע טיילן פון זיין אימפעריע. דער כורש צילינדער באשרייבט ווי כורש האט צוריקגעגעבן הייליגע פלעצער און ערלויבט פארשידענע פארטריבענע פעלקער צוריקצוקערן צו זייערע לענדער.[29]
דער כורש'ס דערלויבעניש און שיבת ציון
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ג'ש"ץ האט כורש געגעבן זיין דערלויבעניש פאר די אידישע גולים צוריקצוקערן קיין יהודה און אויפצובויען דעם בית המקדש. דער באפעל ווערט דערמאנט אין ספר עזרא.[30]
אין יענעם יאר איז די ערשטע גרופע פארטריבענע, באקאנט אלס שיבת ציון, אנגעקומען קיין ירושלים אונטער דער פירערשאפט פון זרובבל בן שאלתיאל און יהושע בן יהוצדק הכהן גדול.[31]
די אויפבוי פון בית המקדש השני האט זיך פארענדיגט אין יאר ג'ת"ח אין די צייט פון קעניג דריוש דער ערשטער. די געשעעניש איז פארבונדן מיט דער נבואה פון ירמיהו איבער א תקופה פון זיבעציג יאר ביז דער גאולה פון ירושלים.[32]
יהודה אונטער דער פרסישער הערשאפט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער דערלויבעניש פון כורש מלך פרס אין יאר ג'ש"ץ, איז יהודה געווארן א טייל פון דער פרסישער אימפעריע אונטער דער נאמען יהוד מדינתא. די אידישע איינוואוינער האבן צוריקגעבאקומען די מעגליכקייט צו אויפשטעלן זייערע קהילות און באנייען די עבודת השם מיט דער אויפבוי פון דעם בית המקדש השני.
די פרסישע הערשאפט האט נישט צוריקגעברענגט די אלטע מלוכה פון בית דוד אין איר פריערדיקן פארעם, אבער זי האט ערלויבט אז די אידישע קהילה זאל ווייטער עקזיסטירן מיט א געוויסער אינערליכע הנהגה אונטער די פרסישע אדמיניסטראציע.
די צווייטע בית המקדש תקופה וואס האט זיך אנגעהויבן נאך שיבת ציון איז געווארן די יסוד פאר פילע וויכטיגע אנטוויקלונגען אין אידישן לעבן, אריינגערעכנט די שטארקונג פון די תורה לערנען, די ראלע פון כהונה און די פארמונג פון קהילתישע מוסדות.
די ווייטערדיקע אנטוויקלונג פון די אידישע קהילות אין בבל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די וואס זענען געבליבן אין בבל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נישט אלע אידישע גולים האבן אויסגענוצט די ערלויבעניש פון כורש צו צוריקצוקערן קיין ארץ ישראל. א באדייטנדע טייל פון די אידן זענען געבליבן אין מעסאפאטאמיע, און די קהילות האבן זיך ווייטער אנטוויקלט אונטער דער פרסישער הערשאפט און אין די שפעטערדיקע תקופות.
די פארבליבענע קהילות אין בבל זענען געווארן דער אנהייב פון דער ערשטע שטענדיגע אידישע תפוצה אויסער ארץ ישראל. די אידן האבן אויפגעבויט א געזעלשאפט וואס האט געהאט אייגענע קהילות, מסחר און מוסדות, און די בבלישע אידנטום איז שפעטער געווארן איינע פון די וויכטיגסטע צענטערן פון תורה און אידיש לעבן.[33]
אין די געגנט פון ניפר און אנדערע פלעצער אין בבל זענען געפונען געווארן דאקומענטן וואס געבן א בליק אויף דעם לעבן פון די אידישע איינוואוינער. די אל יהודו טאבלעטן ווייזן אויף א אידישע קהילה וואס האט געהאט באציאונגען מיט דער לאקאלער עקאנאמיע און אדמיניסטראציע.[34]
היסטארישע אפשאצונג פון דער גלות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער געדאנק פון א פארוויסטער לאנד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טראץ וואס אין דער עלטערער פארשטעלונג פון דער גלות בבל ווערט אפט באשריבן אז ארץ יהודה איז אינגאנצן אויסגעליידיגט געווארן פון אירע איינוואוינער און איז געבליבן א פארוויסטע מדבר ביז דער צוריקקער פון די גולים. איז אבער דער בילד איז מער קאמפליצירט. כאטש ירושלים און די שטעטלישע צענטערן זענען שווער געשעדיגט געווארן, זענען געבליבן טיילן פון דער לאנדווירטשאפטליכער באפעלקערונג אין יהודה, באזונדערס די פשוטע מענטשן פון לאנד וואס האבן ווייטער אנגעהאלטן א געוויסן פארעם פון לעבן און ארבעט.[35]
דעריבער ווערט די גלות היינט באטראכט נישט אלס א פולשטענדיגע אויסמעקונג פון דאס אידישע לעבן אין ארץ ישראל, נאר אלס א שווערע טוישונג וואס האט צעשטערט די מלוכה און בית המקדש, בשעת טייל באפעלקערונג איז געבליבן אין לאנד.
דער באדייט פון גלות בבל אין אידישער געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אנהייב פון דער גרויסער תפוצה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גלות בבל ווערט פאררעכנט אלס דער אנהייב פון דער גרויסער אידישער תפוצה אויסער ארץ ישראל. כאטש אידישע גרופעס האבן שוין פריער געלעבט אין אנדערע לענדער, האט די בבלישע גלות געשאפן די ערשטע גרויסע און שטענדיגע אידישע קהילה אויסער דער היימלאנד.
די ראלע פון גלות אין דער אידישער זכרון
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גלות בבל האט באקומען א צענטראלן פלאץ אין דער אידישער זכרון. דער טאג ט' באב, וואס ווערט פארבונדן מיטן חורבן בית המקדש הראשון, איז געווארן א טאג פון טרויער און תענית לזכר די פארניכטונג פון ירושלים און די נאכפאלגנדע גלות.
אין אידישע תפילות און ספרים ווערט די גלות בבל דערמאנט אלס א תקופה פון שווערע נסיונות, אבער אויך אלס א צייט וואס האט געברענגט נייע כוחות פון תורה, אמונה און קהילת.
פארשידענע דייטונגען איבער דער גלות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – די פעלענדע יארן
דער היסטארישער חשבון און דער חז"ל'דיגער חשבון
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס עקזיסטירן פארשידענע וועגן צו רעכענען די צייטן פון דער גלות בבל.
לויט דער מסורה און דער חשבון פון ספר סדר עולם רבה זענען די יארן פון דער פרסישער תקופה אנדערש גערעכנט געווארן, און דער חורבן בית המקדש הראשון ווערט געשטעלט אין יאר ג'של"ח, וואס שטימט בערך מיט 423 פאר זייער ציילונג לויט דער היינטיגער ציילונג. דער חילוק צווישן די צוויי חשבונות ווערט באקאנט אלס די "Missing years" אדער "פארלוירענע יארן", צוליב דעם וואס דער סדר עולם רעכנט די תקופה פון די פרסישע מלכים מיט ווייניגער יארן ווי דער אנגענומענער היסטארישער חשבון.
אין דער מאדערנער היסטארישער פארשונג ווערט אנגענומען אז דער ערשטער גרויסער פארטרייבונג האט פארגעקומען אין יאר 597 פאר זייער ציילונג, דער חורבן פון ירושלים און בית המקדש איז געווען אין יאר 586 פאר זייער ציילונג, און דער ערלויבעניש פון כורש איז ארויסגעגעבן געווארן אין יאר 538 פאר זייער ציילונג.
די צוויי חשבונות ווערן גענוצט אין פארשידענע מסגרות. דער היסטארישער חשבון איז באזירט אויף בבלישע, פרסישע און ארכעאלאגישע מקורות, בשעת דער מסורת'דיגער חשבון איז באזירט אויף חז"ל'דיגע מקורות און זייער סדר פון די דורות.
מקורות און ארכעאלאגישע עדות'ן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בבלישע כראָניקן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א וויכטיגער מקור פאר דער באשרייבונג פון די בבלישע קאמפיינס קעגן ירושלים זענען די בבלישע כראָניקן, אריינגערעכנט דער באקאנטער נבוכדנצר כראָניק. די דאקומענטן באשרייבן די מיליטערישע באוועגונגען פון נבוכדנצר דער צווייטער און די פארשידענע קאמפיינס אין דער געגנט פון יהודה.[36]
די כראָניקן שטעלן צו א היסטארישן באגריף פון די פאליטישע געשעענישן פון דער תקופה, און ווערן גענוצט צוזאמען מיט אידישע מקורות צו פארשטיין די סדר פון די געשעענישן.
דער כורש צילינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער כורש צילינדער איז א בבלישער קיילישער אויפשריפט פון דער צייט ווען כורש דער גרויסער האט איבערגענומען בבל. דער דאקומענט באשרייבט ווי כורש האט צוריקגעשטעלט פארשידענע הייליגע פלעצער און ערלויבט פאר פארטריבענע פעלקער צוריקצוקערן אין זייערע געביטן.[37]
דער צילינדער דערמאנט נישט באזונדער די אידן אדער יהודה, אבער זיין באשרייבונג שטימט מיט דער באקאנטער פרסישער פאליטיק פון לאזן פארשידענע פארטריבענע פעלקער צוריקקומען און אויפשטעלן זייערע הייליגע פלעצער.
אל יהודו און אנדערע קיילישע דאקומענטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אל יהודו טאבלעטן זענען א זאמלונג פון אריינגעקריצטע ליימענע דאקומענטן וואס שטאמען פון דער צייט נאך דער בבלישער פארטרייבונג. זיי געבן אינפארמאציע איבער אידישע משפחות אין בבל, זייערע לעגאלע באציאונגען, אייגנטום און עקאנאמישע טעטיגקייטן.[38]
די דאקומענטן ווייזן אז אידישע איינוואוינער האבן געלעבט אין פארשידענע געגנטן פון מעסאפאטאמיע און האבן זיך באטייליגט אין די לאקאלע געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע סטרוקטורן.
דער מוראשו ארכיוו פון ניפר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער מוראשו ארכיוו פון ניפר איז איינע פון די וויכטיגסטע קוואלן פאר פארשטיין דאס עקאנאמישע לעבן אין בבל אין פינפטן יארהונדערט פאר זייער ציילונג. די דאקומענטן שטאמען פון דער געשעפטליכע פירמע פון דער משפחת מוראשו און אנטהאלטן רעקארדן איבער פינאנצן, לאנד, הלוואות און פארשידענע געשעפטן.[39]
דער ארכיוו ווייזט אז די אידישע באפעלקערונג האט נישט בלויז עקזיסטירט אלס א פארטריבענע גרופע, נאר האט אין פילע פעלער געהאט אקטיווע ראלעס אין דער עקאנאמיע פון דער בבלישער געזעלשאפט.
היסטארישע פערזענליכקייטן פון דער גלות תקופה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נבוכדנצר דער צווייטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נבוכדנצר דער צווייטער איז געווען דער קעניג פון דער ניי בבלישער אימפעריע און דער הויפט פיגור אין דער גלות בבל. אונטער זיין הערשאפט האט בבל פארברייטערט איר הערשאפט איבער דער נאנטער מזרח און האט דורכגעפירט די קאמפיינס קעגן יהודה.
ער האט איינגענומען ירושלים אין יאר ג'שכ"ז און ווידער אין יאר ג'ש"ץ , ווען די שטאט איז חרוב געווארן און דער ערסטער בית המקדש איז פארברענט געווארן.[40]
יהויכין מלך יהודה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יהויכין איז געווען דער קעניג פון יהודה אין דער צייט פון דער ערשטער גרויסער פארטרייבונג. נאכדעם וואס ער האט זיך אונטערגעגעבן פאר נבוכדנצר אין יאר ג'שכ"ז, איז ער מיט זיין משפחה און פילע אנדערע אידישע פירער געפירט געווארן קיין בבל.
שפעטער, נאך דעם טויט פון נבוכדנצר, האט אויל מרדוך אים ארויסגענומען פון תפיסה און אים געגעבן א קעניגליכע שטיצע אין בבל.[41]
צדקיהו מלך יהודה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צדקיהו איז געווען דער לעצטער קעניג פון יהודה פאר דער חורבן פון ירושלים. ער האט זיך אויפגעהויבן קעגן בבל, וואס האט געפירט צו דער לעצטער באלאגערונג פון ירושלים און דעם חורבן פון בית המקדש.
נאכדעם וואס די בבלישע מיליטער האט איינגענומען די שטאט, איז די מלכות יהודה געענדיגט געווארן און די הויפט טיילן פון דער באפעלקערונג זענען פארטריבן געווארן.
ירמיהו הנביא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ירמיהו הנביא האט געשפילט א וויכטיגע ראלע פאר און בשעת דער חורבן תקופה. ער האט געווארנט די איינוואוינער פון יהודה אז די פאל פון ירושלים וועט קומען צוליב זייערע מעשים, און ער האט געגעבן א הדרכה פאר די גולים וויאזוי צו לעבן אין בבל.
זיין בריוו צו די גולים, וואס ווערט דערמאנט אין ספר ירמיהו, האט באטאנט אז זיי זאלן זיך באזעצן, בויען א לעבן און זוכן דעם שלום פון דער שטאט וואו זיי זענען פארטריבן געווארן.[42]
יחזקאל הנביא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יחזקאל הנביא האט געלעבט צווישן די גולים אין בבל און האט געגעבן נבואות פון חורבן און נחמה. זיין חזון פון די טרוקענע ביינער איז געווארן א סימבאל פון די האפענונג אויף דער ווידעראויפשטעלונג פון כלל ישראל.[43]
כורש דער גרויסער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כורש דער גרויסער איז געווען דער גרינדער פון דער אכעמענידישער פרסישער אימפעריע. נאכדעם וואס ער האט איינגענומען בבל אין יאר ג'שפ"ט, האט ער ארויסגעגעבן די באפעל וואס האט ערלויבט פאר די אידישע גולים צוריקצוקערן קיין יהודה און אויפצובויען דעם בית המקדש.
זיין פאליטיק פון לאזן פארשידענע פעלקער צוריקשטעלן זייערע הייליגע פלעצער ווערט באשריבן אין פארשידענע קיילישע מקורות, אריינגערעכנט דעם כורש צילינדער.[44]
ליטעראטור און מקורות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די היסטאריע פון גלות בבל איז באזירט אויף א צוזאמענשטעל פון פארשידענע סארטן מקורות:
- די ספרי הנביאים, באזונדערס ירמיהו און יחזקאל, וואס באשרייבן די רוחניות'דיגע און נאציאנאלע דערפארונג פון דער תקופה.
- די בבלישע כראָניקן, וואס באשרייבן די מיליטערישע קאמפיינס פון נבוכדנצר דער צווייטער.
- דער כורש צילינדער, וואס באשרייבט די פאליטיק פון כורש נאך דער אייננעמונג פון בבל.[45]
- די אל יהודו טאבלעטן און דער מוראשו ארכיוו, וואס געבן א בליק אויף דעם געזעלשאפטלעכן און עקאנאמישן לעבן פון אידן אין בבל.[46]
רעפערענצן
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ Jeremiah's Letter to the Exiles: God's Blessing Upon Responsible Action Ron Lindo
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ Breaching the Walls: Military Strategy in the Babylonian Siege of Jerusalem UNC Charlotte Department of History
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ Breaching the Walls: Military Strategy in the Babylonian Siege of Jerusalem UNC Charlotte Department of History
- ↑ Breaching the Walls: Military Strategy in the Babylonian Siege of Jerusalem UNC Charlotte Department of History
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ סדר עולם רבה (פרק כו / כח)
- ↑ Jews, Exile, and the Murashu Archive of Nippur Joshua Brumbach
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ Jews, Exile, and the Murashu Archive of Nippur Joshua Brumbach
- ↑ Jeremiah's Letter to the Exiles: God's Blessing Upon Responsible Action Ron Lindo
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ Learn The ARAMAIC Alphabet 'Hebrew' Ashuri Script Ewan MacLeod
- ↑ Jeremiah's Letter to the Exiles: God's Blessing Upon Responsible Action Ron Lindo
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ The Cyrus Cylinder Nathan Steinmeyer
- ↑ The Cyrus Cylinder Nathan Steinmeyer
- ↑ The Cyrus Cylinder Nathan Steinmeyer
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ Breaching the Walls: Military Strategy in the Babylonian Siege of Jerusalem UNC Charlotte Department of History
- ↑ The Cyrus Cylinder Nathan Steinmeyer
- ↑ How Bad Was the Babylonian Exile? Biblical Archaeology Society
- ↑ Jews, Exile, and the Murashu Archive of Nippur Joshua Brumbach
- ↑ Babylonian Captivity | History EBSCO Research Starters
- ↑ The consequence of the Babylonian exile: The placeless god and a religious revolution Fabrizio Musacchio
- ↑ Jeremiah's Letter to the Exiles: God's Blessing Upon Responsible Action Ron Lindo
- ↑ The Valley of Dry Bones and the Resurrection of the Dead Devorah Dimant
- ↑ The Cyrus Cylinder Nathan Steinmeyer
- ↑ The Cyrus Cylinder Nathan Steinmeyer
- ↑ Jews, Exile, and the Murashu Archive of Nippur Joshua Brumbach