גזל הגר
אויסזען
גזל הגר איז איינס פון די כ״ד מתנות כהונה וואס די תורה האט באשטימט אלס חלק פון דאס לעבנסמיטל פאר די כהנים.
די הלכה איז אז ווען איינער גזל׳ט אדער אן אנדער פארעם פון אווקנעמען עפעס וואס באלאנגט פאר א צווייטן איז מען מחויב דאס צוריק צו געבן פאר איהם אדער איינס פון זיינע יורשים. יעצט וואס טוט מען מיט א גר וועלכער האט נישט קיין יורשים וויאזוי קען מקיים זיין דעם חיוב השבה.
האט די תורה דאס אוועקגעגעבן פארן כהן. דאס הייסט אז אויב מען געט עס פאר א כהן איז מען אפ געקומען דערמיט און מען איז שוין מער נישט שולדיג דאס געלד אדער אנדערע זאכן וואס מען האט באקומען שלא ביושר.