לדלג לתוכן

גוואַדאַלאַהאַראַ אוניווערסיטעט

פֿון װיקיפּעדיע
עקטאָראַט-געבוי פֿון דער גוואַדאַלאַהאַראַ אוניווערסיטעט
עקטאָראַט-געבוי פֿון דער גוואַדאַלאַהאַראַ אוניווערסיטעט

גוואַדאַלאַהאַראַ אוניווערסיטעט (שפּאַניש: Universidad de Guadalajara - **UdeG**) איז אַ וויכטיקער עפנטלעכער אוניווערסיטעט אין גוואדאלאהארא, כאליסקא, מעקסיקא. ער איז געגרינדעט געוואָרן דעם 3טן נאוועמבער 1792 ווי אַ קעניגלעכער אוניווערסיטעט, און איז ערנײַערט געוואָרן אין 1925. ער איז דער צווייטער עלטסטער אוניווערסיטעט אין מעקסיקא און איינער פון די גרעסטע לערן-אַנשטאַלטן אין לאַנד.

דער אוניווערסיטעט פֿאַרמאָגט אַ גרויסע נעץ פֿון קאַמפּוסן איבער דעם גאַנצן שטאַט כאַליסקאָ, ווי אויך אַ ווירטואעלע אוניווערסיטעט-סיסטעם און אַ ברייטע סיסטעם פֿון גימנאַזיעס (SEMS). זײַן מאָטאָ איז «Piensa y Trabaja» („דענק און אַרבעט“).