לדלג לתוכן

גוגל וויסנשאפט יריד

פֿון װיקיפּעדיע
לאגא

גוגל וויסנשאפֿט יריד (ענגליש: Google Science Fair; גוגל סייענס פֿער) איז א פראגראם און א פארמעסט פון גוגל צו באלוינען סטודענטן, צווישן אכצן און דרייצן יאר אלט, וועלכע טרעפן אויף וויסנשאפטלעכע רעוואלוציעס.

יעדער וואס האט אינטערנעץ איז בארעכטיגט צו שטימען און אויסוועלן איין געווינער. אויסער אין די פאלגנדע נישט-דעמאקראטישע לענדער: קובא, איראן, צפון קארעא, סודאן, בורמא און זימבאבווע.

דער הויפט געווינער באקומט פופציג טויזנט דאלער און דער צווייטער פינעף-און-צוואנציג.

א זיבעצן יעריג מיידל פון טעקסאס האט געווינען די הויפט פרייז.

עס זענען פארהאן אכצן קאנדידאטן (איין גרופע באשטייט פון צוויי און אן אנדערע פון דריי). אכט פון די פאראייניגטע שטאטן, און איינס פון יעדע פון די פאלגנדע לענדער: אויסטראליע, אוקראינע, אינדיע, אירלאנד פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך, קאנאדע און רוסלאנד.

און די ענדגילטיגע געווינער זענען: די דריי מיידלעך פון אירלאנד; הילי טאדעסקא פון אלבערטא, קאנאדע, מיהיר גארימעלע פון פענסילוועניע, קענעט שונעזוקא ניו יארק סיטי און ערש דילבאגי פון אינדיע.