גאלף (שפיל)

פֿון װיקיפּעדיע
א גאלף באל (רעכטס) לעבן דעם לאך וואו ער דארף אריינגיין.

גאלף איז א שפיל וואס מ'שפילט אין אן אפענעם פעלד וואו דער גאלפער שפילט זיין גאלף באל (א קליינער באל) אין א לאך מיט פארשידענע קלאפערס (גאלף אינסטרומענטן).

שפיל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין גאלף, שפילט דער גאלפער א צאל "לעכער" אין א געוויסן סדר. מען שפילט 18 לעכער לויטן סדר פון א גאלפפלאץ.

צוויי גאלפער שפילן איינס קעגן אנאנד. דער וואס זיין באלט גייט אריין אין אלע 18 לעכער מיט די ווינציגסטער צאל פון קלעפ, ער איז דער געווינער.