לדלג לתוכן

בעלא דער ערשטער פון אונגארן

פֿון װיקיפּעדיע
בעלא דער ערשטער פון אונגארן
I. Béla
געבורט 1016
Q1470101 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 סעפטעמבער 1063 (אלט 47 בערך)
Q1470101 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קעניגרייך פון אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך מאנארך, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

בעלא דער ערשטער פון אונגארן אויך גערופן דער קעמפער אדער דער ביזאן (אונגאריש: I. Bajnok אדער Bölény Béla, סלאוואקיש: Belo I.; געבוירן ארום 1015 – געשטארבן 11 סעפטעמבער 1063) איז געווען דער קעניג פון אונגארן פון 1060 ביז זיין טויט. ער שטאמט פון א יונגערן צווייג פון דער ארפאד דינאסטיע. זיין קריסטליכע נאמען איז געווען אדלבערט. ער איז געווען א ברודער פון אנדרעאש דעם ערשטן, וועמען ער האט נאכגעפאלגט אויפ'ן אונגארישן טראן.

בעלא איז געבוירן געווארן אין אונגארישן קעניגלעכן הויף.

בעלא דער ערשטער

אין 1031 האט בעלא פארלאזט אונגארן צוזאמען מיט זיינע ברידער לעווענטע און אנדרעאש, נאכדעם וואס זייער פאטער, וואזול, איז אומגעברענגט געווארן. בעלא האט זיך באזעצט אין פוילן, וואו ער האט חתונה געהאט מיט ריטשעזא פון פוילן, אויך באקאנט אלס אדעלייד, א טאכטער פון דעם פוילישן קעניג מיעשקא דער צווייטער לאמבערט.

אין 1048 איז ער איז צוריקגעקומען קיין אונגארן אויף דער איינלאדונג פון זיין ברודער אנדרעאש, וועלכער איז אין דער צייט שוין געקרוינט געווארן אלס קעניג פון אונגארן. אנדראש האט אים איבערגעגעבן די אנפירונג פון דעם דוקאטוס, א הערשאפטסגעגנט וואס האט פארמאגט בערך א דריטל פון דעם אונגארישן קעניגרייך.

די באציאונגען צווישן די צוויי ברידער זענען געווארן אנגעשטרענגט, ווען אנדרעאש האט אין 1057 אדער 1058 געקרוינט זיין אייגענעם זון שלאמא אלס קעניג, און געצוואונגען בעלא עפנטלעך צו באשטעטיגן זיין זונ'ס רעכט אויף דעם טראן. בעלא, מיט דער הילף פון זיינע פוילישע קרובים, האט זיך אויפגעשטעלט קעגן זיין ברודער און אים אראפגעווארפן פון דער הערשאפט אין 1060.

אין 1060 האט בעלא געקעמפט קעגן אנדרעאש און אים באזיגט. נאך זיין ברודערס טויט איז ער געווארן קעניג. בעת זיין קורצער הערשאפט האט ער געשטיצט די אינטערעסן פון דער אונגארישער קרוין און זיך געמוטשעט מיט אינערליכע רעליגיעזע און פאליטישע קאנפליקטן, אריינגערעכנט א אויפשטאנד קעגן דער פארשפרייטונג פון קריסטנטום.

אלס קעניג האט בעלא איינגעפירט געלט רעפארמען און אונטערגעדריקט דעם לעצטן אויפשטאנד וואס האט געצילט צוריקצוברענגען דעם פאגאניזם אין אונגארן. ער איז טויטליך פארוואונדעט געווארן ווען דער טראן אויף וואס ער איז געזעסן איז צוזאמגעפאלן. נאך זיין טויט איז זיין זון געיזא דער ערשטער געווארן קעניג.