בנימין זאב יאקאבזאן
| געבורט |
11 מאי 1894 א' אייר תרנ"ד האמבורג, דייטשלאנד |
|---|---|
| טויט |
22 יוני 1973 (אלט 79) כ"ב סיוון תשל"ג ירושלים, מדינת ישראל |
| קבורה ארט | הר המנוחות |
| מדינה | דייטשלאנד, דענמארק, שוועדן, מדינת ישראל |
| באלאנג |
חרדים |
רבי בנימין זאב יאקאבזאן ( א' אייר 1894, 11טן מאי 1894 – כ"ב סיון תשל"ג, 22טן יוני 1973 ) איז געווען דער רב פון קאפנהאגן און שטאקהאלם, איינער פון די פירער פון אגודת ישראל אין שוועדן און ישראל, איינער פון די גרינדער פון בית יעקב אין ארץ ישראל, און איינער פון די פירער פון ועד ההצלה אין שוועדן בעת דער צווייטער וועלט מלחמה.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יאקאבזאן איז געבוירן געווארן אין האמבורג, דייטשלאנד צו שלמה יאקאבזאן. ווען ער איז געווען יונג ער האט געלערנט ביי רבי שמואל בנימין שפיצער, דער רב פון האמבורג.
אין יאר 1920 האט ער חתונה געהאט מיט ביילא, די טאכטער פון יצחק ראזענטאל. אין 1932 ער האט אריבער געגאנגען מיט זיין פאמיליע צו בערלין כדי צו וואינען לעבן דעם בערלינער'ס בית המדרש לרבנים.
אין יוני 1933 די דעפארטמענט פון יידן און קאמוניסטן פונעם געשטאפא האט געפאדערט פון אים געבן אינפארמאציע וועגן פארשידענע עניינים אין אגודת ישראל, און משך פאר חודשים האט ער געמוסט שטיין בקשר מיט דעם געשטאפא. עס האט אים זייער שוואך געמאכט, און וועגן דעם אין 1934 ער האט אפגעלאזט דייטשלאנד און האט אריבער געגאנגען צו קאפנהאגן, דענמארק. אין קאפנהאגן ער איז געווען דער רב פון מחזיקי הדת, די ארטיגע ארטאדאקסישע קהילה, און ער האט געהאלט אין דעם שטעלע ביז 1943. דעמאלט, אין סוף 1943, האבן אלע דענישע יידן אפגעלאזט דענמארק און אנטלויפן קיין שוועדן צוליב די מורא פונעם נאציס, אין דאס וואס הייסט 'די ראטעווען פון די יידן אין דענמארק'.[1]
אין שוועדן האט ער געגרינדעט א צווייג פון ועד ההצלה. בעת דעם צווייטן וועלט קריג און אויכעט נאך דעם האט ער זייער שטארק געארבעט כדי שוועדן זאל אריין נעמען יידישע פליטים. נאכן קריג האט ער געגרינדעט א פרומע שולע פאר טעכטער אין לידינגע, א אינזל לעבן שטאקהאלם, און דארט האבן געלעבט איבער 1000 מיידלעך.
אין יאר 1948 ער האט אימיגרירט קיין ארץ ישראל. ער איז געווען פון די גרינדער פון שיכון פאג"י אין ירושלים און ער איז געווען דער רב פונעם געגן ביז זיין שטארבן. אויף זיין נאמען האט מען גערופט 'רחוב יעקבזון' אין ירושלים.
זיינע ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יאקאבזאן האט געשריבן פארשידענע ביכער. א טיילוויזע ליסטע:
עקסטערנע לינקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בנימין זאב יעקבסון (1894-1973), אין דעם ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
- ↑ אין זיין ביכל אשא דעי למרחוק, קאפיטל 23-24
