ביל פון רעכטן

די ביל פון רעכטן (Bill of Rights) איז דער געמיינזאמער נאמען פאר די ערשטע צען אמענדמענטן צו דער קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן. זי איז אנגענומען געווארן אין 1791 און האט א פעסטן פלאץ אין דער אמעריקאנער געזעץ־סיסטעם אלס גאראנטיע פון פונדאמענטאלע פרייהייטן פאר בירגער.
היסטארישע הינטערגרונט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער אננעמען פון דער קאנסטיטוציע אין 1787 איז געווען א שטארקע דעבאטע צי מען דארף צולייגן א רשימה פון רעכטן וואס די רעגירונג טאר נישט אוועקנעמען פון מענטשן. אסאך אנטי־פעדראליסטן האבן געשטעלט דעם באדינג אז אן אזא דאקומענט וועט מען נישט שטיצן די נייע רעגירונג.
צוליב דעם איז געמאכט געווארן א פארשלאג צו צולייגן צען ערשטע אמענדמענטן, וועלכע זענען געווארן באקאנט אלס די ביל פון רעכטן.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ביל פון רעכטן באשטייט פון צען אמענדמענטן, וואס באשיצן צווישן אנדערע:
1. פרייהייט פון רעליגיע, רייד, פרעסע און פארזאמלונג בירגער האבן רעכט צו גלייבן אין וועלכע רעליגיע זיי ווילן, צו רעדן פריי, ארויסגעבן מיינונגען און זיך פריי פארזאמלען.
2. רעכט צו טראגן וואפן בירגער האבן רעכט צו האלטן און טראגן וואפן.
3. שוץ קעגן געצווינגענע איינשטיין פון זעלנער קיין זעלנער טאר נישט איינשטיין אין פריוואטע הייזער אן הסכמה.
4. שוץ קעגן אומלעגאלע זוכן און כאפן די רעגירונג דארף האבן א געריכטליכן ווארענט צו דורכפירן זוכן אדער כאפן.
5. רעכט צו א גערעכטן פראצעס קיינער טאר נישט באשולדיגט אדער באשטראפט ווערן אן געהעריגן געריכט; אויך שוץ קעגן זעלבסט־באשולדיקונג און צוויי מאליגע באשולדיגונג.
6. רעכט צו א שנעלן און עפנטלעכן משפט באשולדיקטע האבן רעכט צו א שנעלן, עפנטלעכן משפט מיט א דזשורי.
7. רעכט צו א דזשורי אין ציווילע קלאגעס אין ציווילע פעלער קען מען פארלאנגען א דזשורי־משפט.
8. שוץ קעגן איבערגעטריבענע שטראפן בייל און קנסות טארן נישט זיין איבערגעטריבן; אויך פארבאטן גרויזאמע שטראפן.
9. נישט־אויסגערעכנטע רעכטן די רעכטן וואס ווערן נישט דערמאנט אין דער קאנסטיטוציע בלייבן אויך באשיצט פארן פאלק.
10. מאכטן פון שטאטן און פאלק אלע מאכטן וואס זענען נישט געגעבן געווארן פאר דער פעדעראלער רעגירונג בלייבן ביי די שטאטן אדער ביים פאלק.
באדייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ביל פון רעכטן ווערט באטראכט אלס א יסוד פון אמעריקאנער דעמאקראטיע. זי באגרעניצט די מאכט פון דער רעגירונג און גיט בירגער שטארקע לעגאלע שוץ פאר זייערע פרייהייטן.
זי האט אויך געהאט א גרויסע השפעה אויף אנדערע לענדער און אינטערנאציאנאלע מענטשנרעכט־דאקומענטן.