בארנוב (הויף)
בארנוב איז א חסידישער הויף אין די שטאט מאנסי געגרינדעט דורך אדמו״ר צבי אלימלך האלבערשטאם, זון פון משה האלבערשטאם (קיוויאשד) און איידעם ביי חי יצחק טווערסקי מראחמיסטריווקא בארא פארק.
פאר מערערע יארן האט דער רבי געוואוינט אין שיכון סקווירא זייענדיג אן אייניקל פון כ״ק ר׳ יעקב יוסף מסקווירא, שפעטער נאך די פטירה פון זיין טאטן ווען ער איז געקרוינט געווארן אלס בארנוב׳ער רבי איז ער אריבער וואוינען קיין מאנסי ווי ער האט געגרינדעט און פירט אן מיט דעם שיינעם הויף.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער רבי איז א זון פון רבי משה האלבערשטאם פון קיוויאשד זייענדיג אן איידעם ביי דעם פריערדיגן קיוויאשדער רבי רבי אלעזר שפירא.
און איז געווען פארהייראט צו די טאכטער פון חי יצחק טווערסקי ראחמיסטריווקא רבי פון בארא פארק זון פון רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ירושלים און איידעם ביי רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא. די רביצין איז אוועק אנהייב יאר תשפ״ד און איז געקומען לקבורה אין חלקת ראחמיסטריווקא נאנט צו איר טאטע אויפן ביה״ח הר שלום אין אומגעגנט פון מאנסי.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער רבי האט צוועלף קינדער אלע פון זיי זענען פארהייראט צו גאר נאנטע פאמיליע מיטגלידער צ.ב.ש. פעטער׳ס ברודערס און שוואגערס צומאל מיט נאנטע קוזינען.
- איידעם הרב חיים מאיר טווערסקי זון פון הרב דוד טווערסקי אדמו״ר מסקווירא