בארט דע וועווער
| געבורט |
21סטן דעצעמבער 1970 בעלגיע | ||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|
| מדינה |
| ||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
| חתימה |
| ||||||
באַרט אַלבערט ליליאַנע די וועווער (פלעמיש: Bart Albert Liliane De Wever ; געבוירן דעם 21סטן דעצעמבער 1970) איז אַ בעלגישער פאָליטיקער וואָס דינט ווי דער פרעמיער מיניסטער פון בעלגיע זייט פעברואר 2025. פון 2004 ביז 2025 איז דע וועווער געווען דער פירער פון דער נייער פלעמישער בונד (N-VA). פון יאנואר 2013 ביז פעברואר 2025 איז ער געווען בירגערמייסטן פון אנטווערפן.
פרעמיער מיניסטער פון בעלגיע (2025 – היינט)
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דע וועווער איז געווען פֿאראנטווארטלעך פֿאר זיין פּאַרטיי'ס נצחון אין די 2010 פעדעראלע וואלן ווען N-VA איז געווארן די גרעסטע פאַרטיי אין סיי פלאַנדערן און סיי גאַנץ בעלגיע. ער האט דאס נאכאמאל געפועל׳ט אין די דריי פאלגנדע וואַלן, און עווענטועל האט דער קעניג פיליפ געבעטן פארמירן א נייע רעגירונג נאך די 2024 וואלן.[1]
נאך מער ווי אַכט מאנאטן פון געשפרעכן צווישן די אלע פארטייען, האט מען געמאלדן דעם 31טן יאנואר 2025 אז מען האט דערגרייכט אן אפמאך, און דע וועווער וועט ווערן פרעמיער מיניסטער. אום 3טן פעברואר 2025, זענען דע וועווער און זיין רעגירונג געווארן איינגעשוואוירן, און דע וועווער איז געווארן דער ערשטער פֿלעמיש־נאציאנאליסטישער פאליטיקער וואס האט פארנומען דעם אמט פון פרעמיער מיניסטער פון בעלגיע.[2][3]
פּערזענלעך לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דע וועווער איז געבוירן געווארן אין מאָרטסעל און איז אויפֿגעוואַקסן אין קאָנטיך, וואוּ זײַנע עלטערן אירענע און הענרי האָבן פֿאַרמאָגט אַ קליין סופּערמאַרק. דע וועווערס עלטערע ברודער איז היסטאָריקער און פּראָפעסאָר ברונא דע וועווער, וואס לערנט סטודענטן אין גענט אוניווערסיטעט .
דע וועווער איז געהייראט צו ווערלע העגע און זיי האבן פיר קינדער. זיי וואוינען צוזאמען אין דעורנע. [4] [5]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Belgian government talks begin with Flemish nationalist Bart De Wever at the helm (2024-07-10).
- ↑ Belgium gets new government with Flemish separatist Bart De Wever as PM (en) (2025-02-03).
- ↑ Van 'Slimste mens' tot eerste Vlaams-nationalist als premier: hoe Bart De Wever al 20 jaar de politiek in België domineert (nl) (2025-02-01).
- ↑ Bart De Wever en zijn vrouw Veerle ook voor kerk getrouwd (nl-BE). Gazet van Antwerpen (11 July 2009).
- ↑ Bart De Wever verwelkomt Mark Rutte in Antwerpen. YouTube (25 June 2021).
