לופטבאלאן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באלאן (לופטמאשין))
א הייסער לופֿטבאַלאָן פליענדיק איבער קוויבעק

א לופֿטבאַלאָן איז א סארט לופטמאשין וואס בלייבט אין דער הימל דורך פֿלאַטערונג. געוויינטלעך פליען מענטשן אין לופֿטבאַלאָנען צו האבן הנאה.

א לופֿטבאַלאָן איז אנדערש פון א לופטשיף. א לופטשיף איז א פֿלאַטערנדיקע לופטמאשין וואס האט א מאטאר און קען טוישן איר ריכטונג. א לופֿטבאַלאָן האט נישט קיין מאטאר און קען נישט זיין ריכטונג טוישן (אויסנעמלעך ארויף און אראפ). א לופֿטבאַלאָן גייט דורך באוועגונג מיט דער ווינט.

דער אונטערטייל פון דעם לופֿטבאַלאָן איז דער "קאָרב", אין וועלכן מענטשן קענען זיצן אדער שטיין.

דער שפיץ פון דעם לופֿטבאַלאָן איז א גרויסער געוואַנט זאַק וואס הייסט די "אָבוואָלוטע".

סארטן לופֿטבאַלאָנען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען דא דריי סארטן לופֿטבאַלאָנען:

  • הייסע לופֿטבאַלאָנען בלייבן אין דער הימל דורך הייצן די לופט אין דער אבוואלוטע. מאכן די לופט הייס העלפט זי ווערן ווייניגער געדיכט. הייסע לופֿטבאַלאָנען זענען דער מערסט גאַנגבאַרער סארט לופֿטבאַלאָנען. מענטשן זאגן אָפֿט "הייסער לופֿטבאַלאָן" פאר ידען סארט לופֿטבאַלאָן, וואס איז נישט זייער ריכטיק.
  • גאַז לופֿטבאַלאָנען זענען נישט הייס. גאַז לופֿטבאַלאָנען האבן א קליינע קוואנטום פון גאז אין זייערע אָבוואָלוטעס. גאַז לופֿטבאַלאָנען נוצן גאַזן אזוי ווי העליום און הידראגען.
  • ראָזיער לופֿטבאַלאָנען זענען ענלעך מיט די ביידע אנדערע סארטן. א טייל פון דער אָבוואָלוטע האט הייסע לופט אריין. אן אנדערער טייל אנטהאלט א נישט הייסער גאַז. ראָזיער לופֿטבאַלאָנען קען פליען זייער ווייט. זיי האבן געפֿלויגן ארום דער וועלט אן אָפּשטעלן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לופֿטבאַלאָנען