באבע יוטל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

באבע יוטל איז די באקאנטע באבע פון די פארצווייגטע משפחות; פריינד, יאקאבאוויטש, גליק, לעפקאוויטש, וואס זענען היינט א גרויס חלק פון סאטמאר. [פֿעלט אַ מקור]

אויף די לעצטע משפחה לעפקאוויטש איז דא א קאטראווערסיע אויף זייערע יחוס, אנדערע ווילען טענה'ן אז זיי זענען ממזרים, ווייל די באבע איז געווען שוואנגערדיק ווען דער מאן ר' יושע פריינד איז געווען אוועק אויף ביזנעס. רוב וועלט האט אנגענומען, און אזוי אויך די פוסקים, אז זי איז געגאנגען איהם טרעפען אין מיט'ן וועג און פון דעם איז זי געווארען טראגעדיג, און קיין שאלה איז נישט פארהאנען. דער תשובות דברי יואל שרייבט אויך אז אלע גדולי ישראל האבען משדך געווען מיט זיי. אנדערע פאנטאזירער ווילען טענה'ן אז זי איז נישט געווען שוואנגערדיק פון א מענטש נאר איידער א שד וואס מאכט זיי אויס ממזרים.

דער מחנה חיים (חלק ג' או"ח סימן נ"ה, דף צ.) האט א תשובה ווי ער איז מתיר אן אנדערע משפחה לבוא בקהל ה'. אויך סאטמארער רב פלעגט מתיר זיין זיינע חסידים חתונה צו האבן מיט דער לעפקאוויטש משפחה.

די לעפקאוויטש משפחה זענען פון אייביג אן געווען אן אריסטאקראטישע פאמיליע, עשירים אדירים ביזן היינטיגן טאג און פארנעמען בכבוד'יגע פירערשאפט פאסטענעס און מלכות סאטמאר (ר' לייביש ובנו ר' אברהם,) ביי די זאליס (ר' וואלף און זיין שוואגער ר' אברהם ברוך גאדינגער.ר' פרץ ובנו ר' יעקב יוסף - הויפט שטיצער ארוינים / זאלוינים אנטווערפען ועוד), און ביי די ארונים (ר' יודל ובנו ר' עוזיאל לעפקאוויטש פון וויליאמסבורג ועוד.), תולדות אהרן, משמרת הצניעות (ר' ישכר לעפאקאוויטש פון בארא פארק.) און ביי נטורי קרתא, (ר' חיים שלום לעפקאוויטש פון מאנסי.) און נאך אסאך מוסדות און קהילות פון יוצאי אונגערן.