באבאווער מחלוקת

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די באבאווער מחלוקת איז א קריגעריי וואס קומט פאר אינערהאלב די באבאווער הויף וועלכע איז הויפטקווארטירט אין בארא פארק.

אפיציעל האט די מחלוקה אויסגעבראכן נאך די פטירה פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם ווען טייל חסידים האבן געוואלט אויפנעמען זיין איידעם, רבי מרדכי דוד אונגער, אנשטאט זיין ברודער דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר רבי בנציון, מיט די טענה פון חתנו כבנו און דערפאר באלאנגט עס מדין ירושה פאר איהם.


היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ווען רבי שלמה איז נסתלק געווארן, האט מען אויפגענומען זיין עלצטן זוהן רבי נפתלי אלס ממלא מקומו און רבי בנציון אלס רב הצעיר.

אין די צייט איז רבי מרדכי דוד געווען א מגיד שיעור אין די ישיבה גדולה, און אלס עלצטער איידעם האט ער געהאט א גרויס ווארט אין די קהילה, וואס ער האט אויסגענוצט אביסל צו מינימוזירן די כח פון רבי בנציון.

נאך די פטירה פון רבי נפתלי, נאך אינמיטן די שבעה, איז רבי מרדכי דוד אריין אין ביהמ"ד און זיך געשטעלט אויפן רבי'ןס פלאץ כאילו ער איז ממלא מקום. אבער מען האט איהם ארויסגעווארפן.

האבן זיי דאן געדינגען דעם בית יעקב זאל אויף 45'ציגסטע גאס דערנעבן און נאכגעמאכט אלעס (באסעס, סימבאלן) און פלאנירט ווי אזוי איבערצונעמען די נכסי הקהילה.

רוב עולם, בעיקר די עלטערע חסידים, זענען געבליבן מיט רבי בנציון; אבער א גרויס חלק - בעיקר יונגעלייט וואס האבן געלערנט ביי רבי מרדכי דוד אין ישיבה - זענען ארויס וואנדערן אינאיינעם מיט די איידעמער.

אנפאנג האבן זיי געהאט גרויס געלט וויבאלד רבי בן ציון דוננער פון לאנדאן, א באבאווער אייניקל און א קרוב משפחה, האט צוגעזאגט זיי צו שטיצן.

די חסידי 48 האבן אנגעהויבן רופן די אנדערע קארטשינער, ווי חוזק צו מאכן אז ער איז נישט קיין עכטע באבאווער אייניקל.

די טענות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגענד זענען א טייל פון די טענות וואס זענען כסדר געגאנגען אהין און צוריק:

חתנו כבנו[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאס איז איינע פון די הויפט טענות פון צד 45 באזירט אויף א רבי שאול אין סוף תשובת הרמ"א.

די אנדערע טענה'ן אז דאס איז נישט לגבי ירושה און א איידעם קומט נישט בעפאר א ברודער.

רב הצעיר =[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

צד 45 טענה'ט איז עס איז בלויז א כבוד טיטל אהן א מיטל, ווידעראום 48 זאגט אז עס האט באדייט איבערצונעמען לאחר מאה ועשרים.

דעת מהר"ש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קהילה שנתחלקה אדער קהילה שנזרקה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אחריך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ירושה ושררה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

געריכט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ווען זיי זענען געגאנגען אין געריכט, האט דער ריכטער פארציילט א מעשה ווי רבי שלמה האט איהם געהייסן שיקן יודן זיך מתדיין זיין נאר ביי דין תורה, ממילא זענען זיין געצווינגען געווען צו גיין.

דין תורה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די דין תורה האט זיך געשלעפט פאר זיבן יאהר, ביז דער בי"ד איז אום כ"ה אב תשע"ד ארויסגעקומען מיט א היסטארישן פסק אז צד רבי בנציון מוז געבן איבער זעקס מיליאן דאלער פאר צד רבי מרדכי דוד און דער לעצטער מוז צולייגן א נאמען צו זיין קהילה אויסער באבוב.

רעאקציע צום פסק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער פסק האט ארויסגערופן גרויס שטורעם אין די חרדי'שע גאס, ווען טייל טענה'ן אז עס איז זייער איינזייטיג אהן א אמת'ן מקור אין די הלכה און אנדערע זאגן עס איז געפסקנט בצדק וביושר.

רבי מרדכי דוד האט דערנאך געהאלטן די באוואוסטע אני שלום דרשה וועלכע האט געברענגט א פלייץ פון פאשקעווילן אלס רעאקציע.

רבי חיים קאניעווסקי האט געשריבן אז צד 45 זאל איינהאלטן דעם פסק.

למעשה האבן זיי געפאלגט, אבער נאכדעם האבן זיי געשטיקט א עיקול און הזמנה פון בי"ד חושן משפט [1] פאר די דיינים.

פערזענליכקייטן און הויפט פיגורן אין די מחלוקה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אייזיק דייטש
  • בן ציון דוננער
  • ברוך חנה גרינפעלד
  • חיים יעקב טויבער
  • צבי אריה ריינהאלד
  • אברהם אהרן לעזער
  • נתן מנחם בארנפריינד

דער בית דין[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי אברהם ברוך ראזענבערג
  • הרב בערגער פון מאנטשעסטער
  • זלמן גרויז
  • יודל גרובער
  • יחיאל באב"ד
  • שמחה ראטה, בורר

ספרים און קונטרסים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • האמת עד לעצמו, צד 48
  • שו"ת הברי והשמא, רבי זלמן גרויז
  • זאת התורה והמציאות לא תהא מוחלפת
  • זאת חלופתי
  • ול"י אין מענה
  • יושר דברי אמת, צד 45

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • זעהט אשכול אויף קאווע שטיבל http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=7599